Publicidade

Êxodo 35

וַיַקְהֵל

1 און משה האָט אײַנגעזאַמלט די גאַנצע עדה פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, און האָט צו זײ געזאָגט: דאָס זײַנען די װערטער װאָס ה׳ האָט באַפֿױלן זײ צו טאָן: 2 זעקס טעג זאָל געטאָן װערן אַרבעט, אָבער אױפֿן זיבעטן טאָג זאָל אײַך זײַן הײליק, אַ שַׁבָּת פֿון שַׁבָּתֹון צו ה׳; איטלעכער װאָס טוט אין אים אַן אַרבעט, זאָל געטײט װערן. 3 איר זאָלט נישט אָנצינדן קײן פֿײַער אין אַלע אײַערע װױנערטער אין טאָג פֿון שבת.

4 און משה האָט געזאָגט צו דער גאַנצער עדה פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, אַזױ צו זאָגן: דאָס איז די זאַך װאָס ה׳ האָט באַפֿױלן, אַזױ צו זאָגן: 5 נעמט אײַך אַן אָפּשײדונג צו ה׳, איטלעכער װאָס זײַן האַרץ איז װיליק זאָל זי ברענגען, די אָפּשײדונג פֿון ה׳, גאָלד, און זילבער, און קופּער; 6 און בלאָע װאָל, און פּורפּל, און װערמילרױט, און לײַנען און ציגנהאָר; 7 און רױט-געפֿאַרבטע װידערפֿעלן, און תּחש-פֿעלן, און שִטים-האָלץ; 8 און אײל פֿאַר דער לײַכטונג, און בשׂמים פֿאַר דעם אײל פֿון זאַלבונג, און פֿאַר דעם װײַרעך פֿון שמעקעדיקע געװירצן; 9 און אָניקלשטײנער, און שטײנער צום אײַנפֿאַסן, פֿאַרן אֵפֿוֹד און פֿאַרן חושן. 10 און אַלע קלוגהאַרציקע צװישן אײַך זאָלן קומען און מאַכן אַלץ װאָס ה׳ האָט באַפֿױלן: 11 דעם מישכּן, זײַן געצעלט, און זײַן צודעק, זײַנע האָקן, און זײַנע ברעטער, זײַנע ריגלען, זײַנע זײַלן, און זײַנע שװעלן; 12 דעם אָרון און זײַנע שטאַנגען, דעם דעק און דעם פָּרוֹכֶת פֿון צװישנשײד; 13 דעם טיש און זײַנע שטאַנגען, און אַלע זײַנע כּלים, און דאָס ברױט פֿון אָנגעזיכט; 14 און די מנוֹרה פֿאַר לײַכטונג, און אירע כּלים, און אירע רערלעך, און דאָס אײל פֿאַר לײַכטונג; 15 און דעם מזבח פֿאַר װײַרעך און זײַנע שטאַנגען, און דאָס אײל פֿון זאַלבונג, און דעם װײַרעך פֿון שמעקעדיקע געװירצן; און דעם טירפֿאָרהאַנג צום אײַנגאַנג פֿון מישכּן; 16 דעם מזבח פֿאַר בראַנדאָפּפֿער און די קופּערנע זיףּ װאָס צו אים, זײַנע שטאַנגען, און אַלע זײַנע כּלים; דעם האַנטפֿאַס און זײַן געשטעל; 17 די אַרומהאַנגען פֿון הױף, זײַנע זײַלן, און זײַנע שװעלן, און דעם טױערפֿאָרהאַנג פֿון הױף; 18 די פֿלעקלעך פֿון מישכּן, און די פֿלעקלעך פֿון הױף, און זײערע שטריק; 19 די געשטריקטע קלײדער אױף צו דינען אין הײליקטום, די הײליקע קלײדער פֿאַר אַהרֹן דעם כּהן, און די קלײדער פֿון זײַנע זין, אױף צו טאָן די כּהונה.

20 און די גאַנצע עדה פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל איז אַרױסגעגאַנגען פֿון פֿאַר משהן. 21 און זײ זײַנען געקומען, איטלעכער אײנער װאָס זײַן האַרץ האָט אים געטריבן, און איטלעכער װאָס זײַן גײַסט האָט אים באַװיליקט; זײ האָבן געבראַכט די אָפּשײדונג פֿון ה׳, פֿאַר דער אַרבעט פֿון אוֹהל-מוֹעד, און פֿאַר זײַן גאַנצן דינסט, און פֿאַר די הײליקע קלײדער. 22 און עס זײַנען געקומען מענער מיט װײַבער, איטלעכער װאָס זײַן האַרץ איז געװען װיליק; זײ האָבן געבראַכט נאָזרינגען, און אױרינגען, און פֿינגערלעך, און האַלדזבענדער – אַלערלײ גילדערנע זאַכן; איטלעכער אײנער װאָס האָט אױפֿגעהױבן אַן אױפֿהײבונג פֿון גאָלד צו ה׳. 23 און איטלעכער אײנער װאָס בײַ אים האָט זיך געפֿונען בלאָע װאָל, און פּורפּל, און װערמילרױט, און לײַנען, און ציגנהאָר, און רױט-געפֿאַרבטע װידערפֿעלן, און תּחש-פֿעלן, האָט געבראַכט. 24 איטלעכער װאָס האָט אָפּגעשײדט אַן אָפּשײדונג פֿון זילבער און קופּער, האָט געבראַכט די אָפּשײדונג פֿון ה׳; און איטלעכער װאָס בײַ אים האָט זיך געפֿונען שִטים-האָלץ פֿאַר אַלערלײ מלאָכות פֿון דער אַרבעט, האָט געבראַכט. 25 און אַלע קלוגהאַרציקע װײַבער האָבן מיט זײערע הענט געשפּונען, און האָבן געבראַכט דאָס געשפּינס, די בלאָע װאָל, און דעם פּורפּל, דאָס װערמילרױט, און דעם לײַנען. 26 און אַלע װײַבער װאָס זײער האַרץ האָט זײ געטריבן מיט חכמה, האָבן געשפּונען די ציגנהאָר. 27 און די פֿירשטן האָבן געבראַכט די אָניקלשטײנער, און די שטײנער צום אײַנפֿאַסן, פֿאַרן אֵפֿוֹד און פֿאַרן חושן; 28 און די בשׂמים, און דאָס אײל, פֿאַר לײַכטונג, און פֿאַר דעם אײל פֿון זאַלבונג, און פֿאַר דעם װײַרעך פֿון שמעקעדיקע געװירצן. 29 די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל האָבן געבראַכט פֿרײַװיליקע נדבֿות צו ה׳ – איטלעכער מאַן און פֿרױ װאָס זײער האַרץ האָט זײ באַװיליקט צו ברענגען פֿאַר דער גאַנצער אַרבעט, װאָס ה׳ האָט באַפֿױלן דורך משהן צו מאַכן.

30 און משה האָט געזאָגט צו די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל: זעט, ה׳ האָט גערופֿן מיטן נאָמען בצַלאֵל דעם זון פֿון אורי דעם זון פֿון חורן, פֿון שבֿט יהוּדה. 31 און ער האָט אים אָנגעפֿילט מיט דעם רוּחַ אלֹקים, אין חכמה, אין פֿאַרשטאַנדיקײט, און אין קענשאַפֿט, און אין יעטװעדער מלאָכה; 32 און אױסצוקינצלען קונציקע זאַכן, צו אַרבעטן אין גאָלד, און אין זילבער, און אין קופּער; 33 און אין שנײַדונג פֿון שטײנער צום אײַנפֿאַסן, און אין שניצונג פֿון האָלץ, צו אַרבעטן אין יעטװעדער קונציקער מלאָכה. 34 אױך צו לערנען אַנדערע האָט ער אַרײַנגעגעבן אין זײַן האַרצן, אים, און אָהליאָבֿ דעם זון פֿון אַחיסָמָכן, פֿון שבֿט דָן. 35 ער האָט זײ אָנגעפֿילט מיט קלוגהאַרציקײט צו מאַכן יעטװעדער מלאָכה פֿונעם מײַנסטער, און פֿונעם קינצלער, און פֿונעם שטיקער אין בלאָער װאָל און אין פּורפּל, אין װערמילרױט און אין לײַנען און פֿונעם װעבער – פֿון די װאָס מאַכן אַלערלײ מלאָכות, און קינצלען אױס קונציקע זאַכן.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-18_14-04-22-