Publicidade

Êxodo 12

1 און ה׳ האָט געזאָגט צו משהן און צו אַהרֹנען אין לאַנד מִצרַיִם, אַזױ צו זאָגן: 2 דער דאָזיקער חודש זאָל אײַך זײַן דער אָנהײב פֿון חדשים; דער ערשטער פֿון די חדשים פֿון יאָר זאָל ער אײַך זײַן. 3 רעד צו דער גאַנצער עדה פֿון יִשׂרָאֵל, אַזױ צו זאָגן: אין צענטן טאָג פֿון דעם דאָזיקן חודש, זאָלן זײ איטלעכער זיך נעמען צו לאַם פֿאַר אַ פֿאָטערהױז, צו לאַם פֿאַר אַ הױזגעזינט. 4 און אױב דאָס הױזגעזינט איז צו װינציק פֿאַר אַ לאַם, זאָל ער נעמען מיט זײַן שכן װאָס איז נאָנט צו זײַן הױז, לױט דער צאָל נפֿשות; איטלעכן װעדליק זײַן עסן זאָלט איר צײלן אױפֿן לאַם. 5 אַ לאַם אָן אַ פֿעלער, אַ זָכר אַ יאָר אַלט, זאָל עס אײַך זײַן; פֿון שעפּסן אָדער פֿון ציגן זאָלט איר נעמען. 6 און ער זאָל בײַ אײַך זײַן אין אָפּהיטונג ביזן פֿערצנטן טאָג פֿון דעם דאָזיקן חודש, און די גאַנצע אײַנזאַמלונג פֿון דער עדה פֿון יִשׂרָאֵל זאָל אים שעכטן קעגן אָװנט. 7 און זײ זאָלן נעמען פֿון דעם בלוט און אַרױפֿטאָן אױף בײדע בײַשטידלעך, און אױף דעם אײבערשטידל, אױף די הײַזער װאָס זײ װעלן אים עסן אין זײ. 8 און זײ זאָלן עסן דאָס פֿלײש אין דער דאָזיקער נאַכט, געבראָטן אױפֿן פֿײַער; מיט מַצות און מיט ביטערע קרײַטעכצער זאָלן זײ עס עסן. 9 איר זאָלט נישט עסן פֿון אים האַלב געבראָטן, אָדער געקאָכט, אָפּגעקאָכט אין װאַסער, נײַערט געבראָטן אױפֿן פֿײַער; זײַן קאָפּ מיט זײַנע קני און מיט זײַנע אינגעװײד. 10 און איר זאָלט נישט איבערלאָזן פֿון אים ביז אין דער פֿרי, און װאָס װעט איבערבלײַבן פֿון אים ביז אין דער פֿרי, זאָלט איר אין פֿײַער פֿאַרברענען. 11 און אַזױ זאָלט איר אים עסן: אײַערע לענדן אָנגעגורט, אײַערע שיך אױף אײַערע פֿיס, און אײַער שטעקן אין אײַער האַנט; און איר זאָלט אים עסן אין געאײַל. אַ קָרבָּן-פֶּסַח איז דאָס צו ה׳. 12 און איך װעל דורכגײן דורכן לאַנד מִצרַיִם אין דער דאָזיקער נאַכט, און װעל שלאָגן יעטװעדער בכוֹר אין לאַנד מִצרַיִם, פֿון אַ מענטשן ביז אַ בהמה; און אױף אַלע ג‑טער פֿון מִצרַיִם װעל איך טאָן אַ משפּט; איך בין ה׳.

13 און דאָס בלוט װעט אײַך זײַן פֿאַר אַ צײכן אױף די הײַזער װאָס איר זײַט דאָרטן, און איך װעל זען דאָס בלוט, און װעל איבערהיפּן איבער אײַך, און עס װעט נישט זײַן צװישן אײַך קײן פּלאָג אומצוברענגען, װען איך שלאָג אין לאַנד מִצרַיִם. 14 און דער דאָזיקער טאָג זאָל אײַך זײַן פֿאַר אַ געדעכעניש, און איר זאָלט אים פֿײַערן אַ פֿײַערטאָג צו ה׳; אױף אײַערע דור-דורות, װי אַן אײביק געזעץ, זאָלט איר אים פֿײַערן. 15 זיבן טעג זאָלט איר עסן מַצות; באַלד בײַם ערשטן טאָג זאָלט איר אָפּטאָן זױערטײג פֿון אײַערע הײַזער, װאָרעם איטלעכער װאָס עסט חמץ פֿון ערשטן טאָג ביזן זיבעטן טאָג, יענע זעל זאָל פֿאַרשניטן װערן פֿון יִשׂרָאֵל. 16 און אין ערשטן טאָג זאָל זײַן אַ הײליקע פֿאַרזאַמלונגע, און אין זיבעטן טאָג זאָל זײַן אַ הײליקע פֿאַרזאַמלונגע בײַ אײַך; קײן אַרבעט זאָל אין זײ נישט געטאָן װערן, נאָר װאָס דאַרף געגעסן װערן פֿון איטלעכן מענטשן, דאָס אַלײן מעג צוגעגרײט װערן בײַ אײַך. 17 און איר זאָלט אָפּהיטן די מַצות; װאָרעם אין דעם דאָזיקן אײגענעם טאָג האָב איך אַרױסגעצױגן אײַערע מחנות פֿון לאַנד מִצרַיִם. און איר זאָלט היטן דעם דאָזיקן טאָג אױף אײַערע דור-דורות װי אַן אײביק געזעץ. 18 אין ערשטן חודש, פֿון פֿערצנטן טאָג אין חודש אין אָװנט, זאָלט איר עסן מַצות, ביזן אײן און צװאַנציקסטן טאָג אין חודש אין אָװנט. 19 זיבן טעג זאָל זיך נישט געפֿינען זױערטײג אין אײַערע הײַזער, װאָרעם איטלעכער װאָס עסט חמץ, יענע זעל זאָל פֿאַרשניטן װערן פֿון דער עדה פֿון יִשׂרָאֵל, סײַ אַ פֿרעמדער, און סײַ אַן אײַנגעבאָרענער פֿון לאַנד. 20 קײן חמץ זאָלט איר נישט עסן; אין אַלע אײַערע װױנערטער זאָלט איר עסן מַצות.

21 און משה האָט גערופֿן אַלע עלטסטע פֿון יִשׂרָאֵל, און האָט צו זײ געזאָגט: ציט אַרױס און נעמט אײַך שאָף לױט אײַערע משפּחות, און שעכט דעם קָרבָּן-פֶּסַח. 22 און איר זאָלט נעמען אַ בינטל אֵזוֹבֿ-גראָז און אײַנטונקען אין דעם בלוט װאָס אין בעקן, און איר זאָלט צורירן צו דעם אײבערשטידל און צו די בײדע בײַשטידלעך פֿון דעם בלוט װאָס אין בעקן, און איר זאָלט קײנער נישט אַרױסגײן פֿון דעם אײַנגאַנג פֿון זײַן הױז ביז אין דער פֿרי. 23 און אַז ה׳ װעט דורכגײן צו שלאָגן מִצרַיִם, װעט ער זען דאָס בלוט אױפֿן אײבערשטידל און אױף די בײדע בײַשטידלעך, און ה׳ װעט איבערהיפּן איבערן אײַנגאַנג, און ער װעט נישט לאָזן דעם אומברענגער אַרײַנקומען אין אײַער הױז צו שלאָגן. 24 און איר זאָלט אָפּהיטן די דאָזיקע זאַך װי אַ געזעץ פֿאַר דיר און פֿאַר דײַנע קינדער אױף אײביק. 25 און עס װעט זײַן, אַז איר װעט קומען אין דעם לאַנד װאָס ה׳ װעט אײַך געבן, אַזױ װי ער האָט צוגעזאָגט, זאָלט איר אָפּהיטן דעם דאָזיקן דינסט. 26 און עס װעט זײַן, אַז אײַערע קינדער װעלן אײַך פֿרעגן: װאָס איז בײַ אײַך דער דאָזיקער דינסט? 27 זאָלט איר זאָגן: אַ קָרבָּן-פֶּסַח איז דאָס צו ה׳, װײַל ער האָט איבערגעהיפּט איבער די הײַזער פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל אין מִצרַיִם, װען ער האָט געשלאָגן מִצרַיִם, און אונדזערע הײַזער האָט ער מציל געװען.

האָט דאָס פֿאָלק זיך גענײגט און זיך געבוקט. 28 און די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל זײַנען געגאַנגען און האָבן געטאָן; אַזױ װי ה׳ האָט באַפֿױלן משהן און אַהרֹנען, אַזױ האָבן זײ געטאָן.

29 און עס איז געװען אין האַלבע נאַכט, אַזױ האָט ה׳ געשלאָגן יעטװעדער בכוֹר אין לאַנד מִצרַיִם, פֿון דעם בכוֹר פֿון פַּרעהן װאָס האָט געזאָלט זיצן אױף זײַן טראָן, ביז דעם בכוֹר פֿון געפֿאַנגענעם װאָס אין תּפֿיסה; און יעטװעדער בכוֹר פֿון אַ בהמה.

30 איז פַּרעה אױפֿגעשטאַנען בײַ דער נאַכט, ער און אַלע זײַנע קנעכט, און גאַנץ מִצרַיִם, און עס איז געװאָרן אַ גרױס געשרײ אין מִצרַיִם, װאָרעם עס איז נישט געװען אַ הױז װאָס דאָרטן זאָל נישט זײַן אַ טױטער. 31 און ער האָט גערופֿן משהן און אַהרֹנען בײַ דער נאַכט, און האָט געזאָגט: שטײט אױף, גײט אַרױס פֿון צװישן מײַן פֿאָלק, אי איר, אי די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, און גײט דינט ה׳, אַזױ װי איר האָט געזאָגט. 32 נעמט אי אײַערע שאָף, אי אײַערע רינדער, אַזױ װי איר האָט געזאָגט, און גײט; און בענטשט מיך אױך.

33 און די מִצרַיִם זײַנען צוגעשטאַנען צו דעם פֿאָלק, זײ אַרױסצושיקן װאָס גיכער פֿון לאַנד, װאָרעם זײ האָבן געזאָגט: מיר װעלן אַלע אױסשטאַרבן. 34 און דאָס פֿאָלק האָט גענומען זײער טײג אײדער ער איז געזײַערט געװאָרן; זײערע מולטערס זײַנען געװען אײַנגעבונדן אין זײערע קלײדער אױף זײערע אַקסלען.

35 און די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל האָבן געטאָן אַזױ װי דאָס װאָרט פֿון משהן, און זײ האָבן אַנטלײַען פֿון די מִצרַיִם זילבערנע זאַכן און גילדערנע זאַכן, און קלײדער. 36 װאָרעם ה׳ האָט געגעבן דעם פֿאָלק חן אין די אױגן פֿון די מִצרַיִם, און זײ האָבן זײ געליען; און זײ האָבן אױסגעלײדיקט מִצרַיִם.

37 און די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל האָבן אַרױסגעצױגן פֿון רַעְמסֵס קײן סוכּוֹת, אַרום זעקס הונדערט טױזנט פֿוסגײער, מענער, אַחוץ קינדער. 38 און אױך אַ סך געמישט פֿאָלק איז אַרױסגעגאַנגען מיט זײ; און שאָף און רינדער זײער אַ גרױסע סטאַדע. 39 און זײ האָבן געבאַקן פֿון דעם טײג װאָס זײ האָבן אַרױסגעטראָגן פֿון מִצרַיִם, קוכנס מַצה, װאָרעם ער איז נישט געזײַערט געװאָרן, װײַל זײ זײַנען אַרױסגעטריבן געװאָרן פֿון מִצרַיִם, און האָבן זיך נישט געקענט אױפֿהאַלטן, און אַפֿילו צערונג האָבן זײ זיך נישט צוגעגרײט.

40 און דאָס זיצן פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, װאָס זײ זײַנען געזעסן אין מִצרַיִם, איז געװען פֿיר הונדערט יאָר און דרײַסיק יאָר. 41 און עס איז געװען צום סוף פֿון פֿיר הונדערט יאָר און דרײַסיק יאָר, איז, גענױ אין דעם דאָזיקן טאָג, זײַנען אַלע מחנות פֿון ה׳ אַרױסגעגאַנגען פֿון לאַנד מִצרַיִם. 42 אַ װאַכנאַכט איז דאָס געװען בײַ ה׳ זײ אַרױסצוציען פֿון לאַנד מִצרַיִם; איז די דאָזיקע אײגענע נאַכט אַ װאַכנאַכט צו ה׳ בײַ אַלע קינדער פֿון יִשׂרָאֵל אױף זײערע דור-דורות.

43 און ה׳ האָט געזאָגט צו משהן און אַהרֹנען: דאָס איז דער דין פֿון דעם קָרבָּן-פֶּסַח: קײן פֿרעמד-געבאָרענער טאָר פֿון אים נישט עסן. 44 און װוּ נאָר עמיצנס אַ קנעכט געקױפֿט פֿאַר געלט, אַז דו האָסט אים געמַלט, דענצמאָל מעג ער פֿון אים עסן. 45 אַן אײַנגעװאַנדערטער און אַ געדונגענער טאָר פֿון אים נישט עסן. 46 אין אײן הױז זאָל ער געגעסן װערן; זאָלסט נישט אַרױסטראָגן פֿון דעם פֿלײש אױסן הױז; און אַ בײן זאָלט איר נישט צעברעכן אין אים. 47 די גאַנצע עדה פֿון יִשׂרָאֵל זאָל אים מאַכן. 48 און אַז בײַ דיר װעט זיך אױפֿהאַלטן אַ פֿרעמדער, און ער װעט װעלן מאַכן אַ קָרבָּן-פֶּסַח צו ה׳, זאָל בײַ אים געמַלט װערן יעטװעדער מאַנספּאַרשױן, און דענצמאָל קען ער גענענען אים צו מאַכן; און ער זאָל זײַן אַזױ װי אַן אײַנגעבאָרענער פֿון לאַנד; אָבער קײן אומבאַשניטענער טאָר פֿון אים נישט עסן. 49 אײן געזעץ זאָל זײַן פֿאַר דעם אײַנגעבאָרענעם, און פֿאַר דעם פֿרעמדן װאָס האַלט זיך אױף צװישן אײַך.

50 און אַלע קינדער פֿון יִשׂרָאֵל האָבן דאָס געטאָן; אַזױ װי ה׳ האָט באַפֿױלן משהן און אַהרֹנען, אַזױ האָבן זײ געטאָן. 51 און עס איז געװען אין דעם דאָזיקן אײגענעם טאָג, האָט ה׳ אַרױסגעצױגן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, פֿון לאַנד מִצרַיִם, לױט זײערע מחנות.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-18_14-04-22-