Publicidade

Êxodo 14

1 און ה׳ האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: 2 רעד צו די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, זײ זאָלן זיך אומקערן, און רוען פֿאַר פּי-הַחירוֹת, צװישן מִגדוֹל און צװישן ים, פֿאַר בַעַל-צפֿון; אַקעגן אים זאָלט איר רוען בײַם ים. 3 און פַּרעה װעט זאָגן אױף די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל: זײ זײַנען צעטומלט אין לאַנד, דער מדבר האָט זײ אײַנגעשלאָסן. 4 און איך װעל פֿעסט מאַכן פַּרעהס האַרץ, און ער װעט זײ נאָכיאָגן; און איך װעל געערלעכט װערן דורך פַּרעהן, און דורך זײַן גאַנצן חיל, און די מִצרַיִם װעלן װיסן, אַז איך בין ה׳.

און זײ האָבן אַזױ געטאָן.

5 איז אָנגעזאָגט געװאָרן דעם מלך פֿון מִצרַיִם, אַז דאָס פֿאָלק איז אַנטלאָפֿן, און דאָס האַרץ פֿון פַּרעהן און פֿון זײַנע קנעכט איז פֿאַרקערט געװאָרן אַקעגן דעם פֿאָלק, און זײ האָבן געזאָגט: װאָס האָבן מיר דאָ געטאָן, װאָס מיר האָבן אַװעקגעלאָזן יִשׂרָאֵל פֿון אונדז צו דינען? 6 האָט ער אײַנגעשפּאַנט זײַן רײַטװאָגן, און האָט גענומען מיט זיך זײַן פֿאָלק. 7 און ער האָט מיטגענומען זעקס הונדערט געקליבענע רײַטװעגן, און אַלע רײַטװעגן פֿון מִצרַיִם, און עלטסטע איבער זײ אַלע. 8 און ה׳ האָט פֿעסט געמאַכט דאָס האַרץ פֿון פַּרעה דעם מלך פֿון מִצרַיִם, און ער האָט נאָכגעיאָגט די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל; און די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל זײַנען אַרױסגעגאַנגען מיט אַ הױכער האַנט. 9 און די מִצרַיִם האָבן זײ נאָכגעיאָגט, אַלע פֿערד, די רײַטװעגן פֿון פַּרעהן, און זײַנע רײַטער, און זײַן חיל, און זײ האָבן זײ אָנגעיאָגט װי זײ האָבן גערוט בײַם ים, בײַ פּי-הַחירוֹת, פֿאַר בַעַל-צפֿון. 10 און װי פַּרעה האָט זיך דערנענטערט, אַזױ האָבן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל אױפֿגעהױבן זײערע אױגן, ערשט די מִצרַיִם ציען הינטער זײ, און זײ האָבן זײער מורא געהאַט; און די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל האָבן געשריען צו ה׳. 11 און זײ האָבן געזאָגט צו משהן: צי װײַל קײן קבֿרים זײַנען נישטאָ אין מִצרַיִם, האָסטו אונדז אַרױסגענומען צו שטאַרבן אין דער מדבר? װאָס האָסטו דאָ געטאָן צו אונדז, אונדז אַרױסצוציען פֿון מִצרַיִם? 12 איז דאָס נישט דאָס װאָרט װאָס מיר האָבן גערעדט צו דיר אין מִצרַיִם, אַזױ צו זאָגן: טו זיך אָפּ פֿון אונדז, און לאָמיר דינען מִצרַיִם? װאָרעם בעסער פֿאַר אונדז צו דינען מִצרַיִם, אײדער מיר זאָלן שטאַרבן אין דער מדבר. 13 האָט משה געזאָגט צום פֿאָלק: איר זאָלט נישט מורא האָבן; שטײט און זעט די ישועה פֿון ה׳ װאָס ער װעט אײַך הײַנט טאָן; װאָרעם װי איר זעט הײַנט די מִצרַיִם, װעט איר זײ אױף אײביק מער װידער נישט אָנזען. 14 ה׳ װעט מלחמה האַלטן פֿאַר אײַך, און איר װעט שטײן שטיל.

15 און ה׳ האָט געזאָגט צו משהן: װאָס שרײַסטו צו מיר? רעד צו די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, זײ זאָלן ציען. 16 און דו הײב אױף דײַן שטעקן, און שטרעק אױס דײַן האַנט אױפֿן ים, און שפּאַלט ים, און די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל װעלן אַרײַן אין מיטן ים אױף טריקעניש. 17 און איך, זע, איך מאַך פֿעסט דאָס האַרץ פֿון די מִצרַיִם, און זײ װעלן אַרײַן נאָך זײ; און איך װעל געערלעכט װערן דורך פַּרעהן, און דורך זײַן גאַנצן חיל, דורך זײַנע רײַטװעגן, און דורך זײַנע רײַטער. 18 און די מִצרַיִם װעלן װיסן אַז איך בין ה׳, װען איך װעל געערלעכט דורך פַּרעהן, דורך זײַנע רײַטװעגן, און דורך זײַנע רײַטער.

19 און דער מלאך פֿון האלֹקים װאָס איז געגאַנגען פֿאַר דער מחנה פֿון יִשׂרָאֵל, האָט אַװעקגעצױגן און איז געגאַנגען פֿון הינטער זײ; און דער װאָלקן-זײַל האָט אַװעקגעצױגן פֿון פֿאַר זײ, און האָט זיך געשטעלט הינטער זײ; 20 און ער איז געקומען צװישן דער מחנה פֿון מִצרַיִם, און צװישן דער מחנה פֿון יִשׂרָאֵל; און דאָרטן איז געװען דער װאָלקן און די פֿינצטערניש און דאָ האָט ער באַלוכטן די נאַכט; און אײנע האָט נישט גענענט צו דער אַנדערער די גאַנצע נאַכט. 21 און משה האָט אױסגעשטרעקט זײַן האַנט אױפֿן ים, און ה׳ האָט געטריבן דעם ים מיט אַ שטאַרקן מזרח-װינט אַ גאַנצע נאַכט, און געמאַכט דעם ים פֿאַר אַ טריקעניש, און די װאַסערן האָבן זיך צעשפּאָלטן. 22 און די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל זײַנען אַרײַנגעגאַנגען אין מיטן ים אױף טריקעניש; און די װאַסערן זײַנען זײ געװען אַ מױער פֿון זײער רעכטער זײַט און פֿון זײער לינקער. 23 און די מִצרַיִם האָבן נאָכגעיאָגט, און אַלע פֿערד פֿון פַּרעהן, זײַנע רײַטװעגן, און זײַנע רײַטער, זײַנען אַרײַן נאָך זײ אין מיטן ים. 24 און עס איז געװען אין דער פֿרימאָרגנװאַך, האָט ה׳ אַראָפּגעקוקט אױף דער מחנה פֿון מִצרַיִם מיט אַ זײַל פֿון פֿײַער און װאָלקן, און ער האָט פֿאַרטומלט די מחנה פֿון מִצרַיִם. 25 און ער האָט אָפּגעטאָן די רעדער פֿון זײערע רײַטװעגן, און זײ געמאַכט פֿאָרן מיט שװעריקײט, און די מִצרַיִם האָבן געזאָגט: לאָמיר אַנטלױפֿן פֿון יִשׂרָאֵל, װאָרעם ה׳ האַלט מלחמה פֿאַר זײ מיט מִצרַיִם.

26 און ה׳ האָט געזאָגט צו משהן: שטרעק אױס דײַן האַנט אױפֿן ים, און זאָלן די װאַסערן זיך אומקערן אױף די מִצרַיִם, אױף זײערע רײַטװעגן, און אױף זײערע רײַטער. 27 האָט משה אױסגעשטרעקט זײַן האַנט אױפֿן ים, און דער ים האָט זיך אומגעקערט אַקעגן פֿרימאָרגן צו זײַן שטאַרקײט, און די מִצרַיִם זײַנען אים אָנגעלאָפֿן אַנטקעגן; און ה׳ האָט אַרײַנגעטרײסלט די מִצרַיִם אין מיטן ים. 28 און די װאַסערן האָבן זיך אומגעקערט, און האָבן צוגעדעקט די רײַטװעגן, און די רײַטער – דעם גאַנצן חיל פֿון פַּרעהן, װאָס איז אַרײַן נאָך זײ אין ים; נישט געבליבן פֿון זײ צו מאָל אַן אײנציקער. 29 און די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל זײַנען געגאַנגען אין מיטן ים אױף טריקעניש און די װאַסערן זײַנען זײ געװען אַ מױער פֿון זײער רעכטער זײַט און פֿון זײער לינקער. 30 און ה׳ האָט אין יענעם טאָג געהאָלפֿן יִשׂרָאֵל פֿון דער האַנט פֿון מִצרַיִם, און יִשׂרָאֵל האָט געזען די מִצרַיִם טױט אױפֿן ברעג פֿון ים. 31 און יִשׂרָאֵל האָט געזען די גרױסע שטאַרקײט װאָס ה׳ האָט געטאָן אַקעגן מִצרַיִם, און דאָס פֿאָלק האָט מורא געהאַט פֿאַר ה׳, און זײ האָבן געגלױבט אין ה׳, און אין זײַן קנעכט משהן.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-19_11-20-24-