1 און זאָלסט מאַכן אַ מזבח פֿאַר רײכערונג פֿון װײַרעך; פֿון שִטים-האָלץ זאָלסטו אים מאַכן. 2 אַן אײל זײַן לענג, און אַן אײל זײַן ברײט; פֿירעקעכדיק זאָל ער זײַן, און צװײ אײלן זײַן הײך; פֿון אים גופֿא זאָלן זײַן זײַנע הערנער. 3 און זאָלסט אים איבערציען מיט רײנעם גאָלד, זײַן אײבערדעק, און זײַנע װענט רונד אַרום, און זײַנע הערנער; און זאָלסט מאַכן צו אים אַ גילדערנעם קראַנץ רונד אַרום. 4 און צװײ גילדערנע רינגען זאָלסטו מאַכן צו אים אונטער זײַן קראַנץ; אױף זײַנע צװײ פֿלאַנקען זאָלסטו זײ מאַכן – אױף זײַנע צװײ זײַטן — און זײ זאָלן זײַן פֿאַר אױערן פֿאַר די שטאַנגען, אים צו טראָגן אױף זײ. 5 און זאָלסט מאַכן די שטאַנגען פֿון שִטים-האָלץ, און זײ איבערציען מיט גאָלד. 6 און זאָלסט אים אַװעקשטעלן פֿאַר דעם פָּרוֹכֶת װאָס פֿאַר דעם אָרון פֿון צײגנים, פֿאַר דעם דעק װאָס איבער דעם עדות, װאָס דאָרטן װעל איך זיך אַנטפּלעקן צו דיר. 7 און אַהרֹן זאָל רײכערן אױף אים װײַרעך פֿון שמעקעדיקע געװירצן; פֿרימאָרגן אין פֿרימאָרגן, װען ער מאַכט צורעכט די רערלעך, זאָל ער עס רײכערן. 8 און װען אַהרֹן צינדט אָן די רערלעך קעגן אָװנט, זאָל ער עס רײכערן; אַ שטענדיקן װײַרעך פֿאַר ה׳ אױף אײַערע דור-דורות. 9 איר זאָלט נישט אױפֿברענגען אױף אים פֿרעמדן װײַרעך, אָדער אַ בראַנדאָפּפֿער און אַ שפּײַזאָפּפֿער; און אַ גיסאָפּפֿער זאָלט איר נישט גיסן אױף אים. 10 און אַהרֹן זאָל מכַפּר זײַן אױף זײַנע הערנער אײן מאָל אין יאָר; מיט דעם בלוט פֿון דעם זינדאָפּפֿער פֿון כִּפֻּרִים זאָל ער אײן מאָל אין יאָר מכַפּר זײַן אױף אים, אױף אײַערע דור-דורות; אַ הײליקסטע הײליקײט איז ער צו ה׳.
11 און ה׳ האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: 12 אַז דו װעסט אױפֿנעמען דעם מיספּר פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל לױט זײער צײלונג, זאָלן זײ געבן איטלעכער אַן אױסלײז פֿאַר זײַן נפֿש צו ה׳, װען מע צײלט זײ, כּדי עס זאָל נישט זײַן צװישן זײ אַ מגפֿה, װען מע צײלט זײ.
13 דאָס זאָלן זײ געבן, איטלעכער װאָס גײט אַרײַן אין דער צײלונג: אַ האַלבן שֶקל, אױפֿן הײליקן שֶקל – צװאַנציק גֵרָה אַ שֶקל – אַ האַלבן שֶקל אַן אָפּשײדונג צו ה׳. 14 איטלעכער װאָס גײט אַרײַן אין דער צײלונג, פֿון צװאַנציק יאָר אַלט און העכער, זאָל געבן די אָפּשײדונג פֿון ה׳. 15 דער רײַכער זאָל נישט מערן, און דער אָרימער זאָל נישט מינערן פֿון אַ האַלבן שֶקל, בײַם געבן די אָפּשײדונג פֿון ה׳, כּדי מכַפּר צו זײַן אױף אײַערע נפֿשות. 16 און זאָלסט נעמען דאָס געלט פֿון כִּפֻּרִים, פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, און זאָלסט עס געבן פֿאַר דער אַרבעט פֿון אוֹהל-מוֹעד, און עס זאָל זײַן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל פֿאַר אַ דערמאָנונג פֿאַר ה׳, מכַפּר צו זײַן אױף אײַערע נפֿשות.
17 און ה׳ האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: 18 זאָלסט אױך מאַכן אַ האַנטפֿאַס פֿון קופּער, מיט זײַן געשטעל פֿון קופּער, זיך צו װאַשן; און זאָלסט אים אַװעקשטעלן צװישן אוֹהל-מוֹעד און צװישן מזבח, און אַרײַנטאָן אַהין װאַסער. 19 און אַהרֹן און זײַנע זין זאָלן װאַשן פֿון אים זײערע הענט און זײערע פֿיס. 20 װען זײ קומען אין אוֹהל-מוֹעד, זאָלן זײ זיך װאַשן מיט װאַסער, כּדי זײ זאָלן נישט שטאַרבן; אָדער װען זײ גענענען צום מזבח צו דינען, צו דעמפֿן אַ פֿײַעראָפּפֿער צו ה׳. 21 און זײ זאָלן װאַשן זײערע הענט און זײערע פֿיס, כּדי זײ זאָלן נישט שטאַרבן; און עס זאָל זײ זײַן אַן אײביק געזעץ, אים און זײַן זאָמען אױף דור-דורות.
22 און ה׳ האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: 23 דו נעם דיר אױך הױפּטגעװירצן, פֿליסיקע מירע פֿינף הונדערט, און געװירציקן צימערינג אַ העלפֿט דערפֿון, צװײ הונדערט און פֿופֿציק, און געװירצראָר צװײ הונדערט און פֿופֿציק, 24 און קאַנײל פֿינף הונדערט, אױפֿן הײליקן שֶקל, און בױמל אַ הין. 25 און זאָלסט מאַכן דערפֿון אַן אײל פֿון הײליקער זאַלבונג, אַ בשׂמים צובאַרײט אַזױ װי דער בשׂמים-מישער מאַכט; אַן אײל פֿון הײליקער זאַלבונג זאָל עס זײַן. 26 און זאָלסט זאַלבן דערמיט דעם אוֹהל-מוֹעד, און דעם אָרון פֿון צײגנים, 27 און דעם טיש און אַלע זײַנע כּלים, און די מנוֹרה און אירע כּלים, און דעם מזבח פֿאַר װײַרעך, 28 און דעם מזבח פֿאַר בראַנדאָפּפֿער און אַלע זײַנע כּלים, און דעם האַנטפֿאַס און זײַן געשטעל. 29 און זאָלסט זײ הײליקן, זײ זאָלן זײַן אַ הײליקסטע הײליקײט; אַלץ װאָס רירט זיך אָן זײ אָן זאָל װערן הײליק. 30 און אַהרֹנען און זײַנע זין זאָלסטו זאַלבן און זײ הײליקן צו זײַן כּהנים צו מיר. 31 און צו די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל זאָלסטו רעדן, אַזױ צו זאָגן: אַן אײל פֿון הײליקער זאַלבונג זאָל דאָס זײַן צו מיר אױף אײַערע דור-דורות. 32 אױף אַ מענטשנס לײַב זאָל עס נישט געגאָסן װערן, און איר זאָלט נישט מאַכן אַזױנס, לױט דער צונױפֿמישונג דערפֿון; הײליק איז דאָס, הײליק זאָל עס אײַך זײַן. 33 איטלעכער װאָס װעט צוגרײטן אַזױנס, אָדער װאָס װעט אַרױפֿטאָן דערפֿון אױף אַ פֿרעמדן, װעט פֿאַרשניטן װערן פֿון זײַן פֿאָלק.
34 און ה׳ האָט געזאָגט צו משהן: נעם דיר שמעקעדיקע געװירצן, טריפֿגעװירץ, און רײכערנעגל, און גאַלאַבאַן; שמעקעדיקע געװירצן, און לױטערן װײַרעך; גלײַך אױף גלײַך זאָלן זײ זײַן. 35 און זאָלסט מאַכן דערפֿון אַ רײכערװאַרג, אַ בשׂמים אַזױ װי דער בשׂמים-מישער מאַכט, צוגעריכט מיט זאַלץ, רײן, הײליק. 36 און זאָלסט דערפֿון דין צערײַבן, און אַרױפֿטאָן דערפֿון פֿאַר דעם צײגנים אין אוֹהל-מוֹעד, װאָס דאָרטן װעל איך זיך אַנטפּלעקן צו דיר; אַ הײליקסטע הײליקײט זאָל עס אײַך זײַן. 37 און דאָס רײכערװאַרג װאָס דו װעסט מאַכן – לױט זײַן צונױפֿמישונג זאָלט איר פֿאַר זיך נישט מאַכן; הײליק צו ה׳ זאָל עס דיר זײַן. 38 איטלעכער װאָס װעט מאַכן אַזױנס, צו שמעקן דערפֿון, װעט פֿאַרשניטן װערן פֿון זײַן פֿאָלק.