Publicidade

Êxodo 40

1 און ה׳ האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: 2 אין ערשטן טאָג פֿון ערשטן חודש זאָלסטו אױפֿשטעלן דעם מישכּן פֿון אוֹהל-מוֹעד. 3 און זאָלסט אַרײַנטאָן אַהין דעם אָרון פֿון צײגנים, און פֿאַרהענגען דעם אָרון מיטן פָּרוֹכֶת. 4 און זאָלסט אַרײַנברענגען דעם טיש, און אױסלײגן זײַן אױסלײגונג; און זאָלסט אַרײַנברענגען די מנוֹרה, און אָנצינדן אירע רערלעך. 5 און זאָלסט אַװעקשטעלן דעם גילדערנעם מזבח פֿאַר װײַרעך, פֿאַר דעם אָרון פֿון צײגנים, און אַרױפֿטאָן דעם טירפֿאָרהאַנג צום מישכּן. 6 און זאָלסט אַװעקשטעלן דעם מזבח פֿאַר בראַנדאָפּפֿער, פֿאַר דעם אײַנגאַנג פֿון דעם מישכּן פֿון אוֹהל-מוֹעד. 7 און זאָלסט אַװעקשטעלן דעם האַנטפֿאַס צװישן אוֹהל-מוֹעד און צװישן מזבח, און אַרײַנטאָן אַהין װאַסער. 8 און זאָלסט אױפֿשטעלן דעם הױף רונד אַרום, און אַרױפֿטאָן דעם טױערפֿאָרהאַנג פֿון הױף.

9 און זאָלסט נעמען דאָס אײל פֿון זאַלבונג, און זאַלבן דעם מישכּן, און אַלץ װאָס אין אים, און הײליקן אים און אַלע זײַנע זאַכן, און ער זאָל זײַן הײליק. 10 און זאָלסט זאַלבן דעם מזבח פֿאַר בראַנדאָפּפֿער, און אַלע זײַנע כּלים, און הײליקן דעם מזבח; און דער מזבח זאָל זײַן אַ הײליקסטע הײליקײט. 11 און זאָלסט זאַלבן דעם האַנטפֿאַס און זײַן געשטעל, און אים הײליקן.

12 און זאָלסט מאַכן גענענען אַהרֹנען און זײַנע זין צום אײַנגאַנג פֿון אוֹהל-מוֹעד, און זײ װאַשן מיט װאַסער. 13 און זאָלסט אָנטאָן אַהרֹנען די הײליקע קלײדער, און זאָלסט אים זאַלבן, און אים הײליקן, אַז ער זאָל זײַן אַ כּהן צו מיר. 14 און זאָלסט מאַכן גענענען זײַנע זין, און זײ אָנטאָן מאַנטלען. 15 און זאָלסט זײ זאַלבן, אַזױ װי דו האָסט געזאַלבט זײער פֿאָטער, אַז זײ זאָלן זײַן כּהנים צו מיר; און זײער זאַלבונג זאָל זײ זײַן פֿאַר אַן אײביקער כּהונה אױף זײערע דור-דורות.

16 און משה האָט דאָס געטאָן; אַזױ װי אַלץ װאָס ה׳ האָט אים באַפֿױלן, אַזױ האָט ער געטאָן.

17 און עס איז געװען אין ערשטן חודש אין צװײטן יאָר, אין ערשטן טאָג פֿון חודש, איז אױפֿגעשטעלט געװאָרן דער מישכּן. 18 און משה האָט אױפֿגעשטעלט דעם מישכּן: ער האָט אַװעקגעלײגט זײַנע שװעלן, און אַרײַנגעטאָן זײַנע ברעטער, און אַרײַנגעצױגן זײַנע ריגלען, און אױפֿגעשטעלט זײַנע זײַלן. 19 און ער האָט פֿאַרשפּרײט דאָס געצעלט איבערן מישכּן, און אַרױפֿגעטאָן דעם צודעק פֿון געצעלט אױבן איבער אים, אַזױ װי ה׳ האָט משהן באַפֿױלן.

20 און ער האָט גענומען און אַרײַנגעלײגט דאָס צײגנים אין דעם אָרון, און אַרױפֿגעטאָן די שטאַנגען אױפֿן אָרון, און אַרױפֿגעלײגט דעם דעק אױבן איבערן אָרון. 21 און ער האָט אַרײַנגעבראַכט דעם אָרון אין מישכּן, און אַרױפֿגעטאָן דעם פָּרוֹכֶת פֿון צװישנשײד, און פֿאָרהאַנגען דעם אָרון פֿון צײגנים, אַזױ װי ה׳ האָט משהן באַפֿױלן.

22 און ער האָט אַרײַנגעשטעלט דעם טיש אין אוֹהל-מוֹעד, אין צפֿון-זײַט מישכּן, דרױסן פֿון פָּרוֹכֶת. 23 און ער האָט אױסגעלײגט אױף אים אַן אױסלײגונג פֿון ברױט, פֿאַר ה׳, אַזױ װי ה׳ האָט משהן באַפֿױלן.

24 און ער האָט אַװעקגעשטעלט די מנוֹרה אין אוֹהל-מוֹעד אַקעגן דעם טיש אין דָרום-זײַט מישכּן. 25 און ער האָט אָנגעצונדן די רערלעך פֿאַר ה׳, אַזױ װי ה׳ האָט משהן באַפֿױלן.

26 און ער האָט אַװעקגעשטעלט דעם גילדערנעם מזבח אין אוֹהל-מוֹעד פֿאַרן פָּרוֹכֶת. 27 און ער האָט גערײכערט אױף אים װײַרעך פֿון שמעקעדיקע געװירצן, אַזױ װי ה׳ האָט משהן באַפֿױלן.

28 און ער האָט אַרױפֿגעטאָן דעם טירפֿאָרהאַנג צום מישכּן. 29 און דעם מזבח פֿאַר בראַנדאָפּפֿער האָט ער אַװעקגעשטעלט בײַם אײַנגאַנג פֿון דעם מישכּן פֿון אוֹהל-מוֹעד, און אױפֿגעבראַכט אױף אים דאָס בראַנדאָפּפֿער און דאָס שפּײַזאָפּפֿער, אַזױ װי ה׳ האָט משהן באַפֿױלן.

30 און ער האָט אַװעקגעשטעלט דעם האַנטפֿאַס צװישן אוֹהל-מוֹעד און צװישן מזבח, און אַרײַנגעטאָן אַהין װאַסער, זיך צו װאַשן – 31 כּדי משה און אַהרֹן און זײַנע זין זאָלן דערפֿון װאַשן זײערע הענט און זײערע פֿיס; 32 װען זײ קומען אין אוֹהל-מוֹעד, און װען זײ גענענען צום מזבח, זאָלן זײ זיך װאַשן – אַזױ װי ה׳ האָט משהן באַפֿױלן.

33 און ער האָט אױפֿגעשטעלט דעם הױף רונד אַרום דעם מישכּן און דעם מזבח, און אַרױפֿגעטאָן דעם טױערפֿאָרהאַנג פֿון הױף. און משה האָט געענדיקט די אַרבעט.

34 און דער װאָלקן האָט אײַנגעדעקט דעם אוֹהל-מוֹעד, און די פּראַכט פֿון ה׳ האָט אָנגעפֿילט דעם מישכּן. 35 און משה האָט נישט געקענט אַרײַנגײן אין אוֹהל-מוֹעד, װײַל דער װאָלקן האָט אױף אים גערוט, און די פּראַכט פֿון ה׳ האָט אָנגעפֿילט דעם מישכּן.

36 און װען דער װאָלקן האָט זיך אױפֿגעהױבן פֿון מישכּן, פֿלעגן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל ציען אױף אַלע זײערע ציִונגען. 37 און אַז דער װאָלקן פֿלעגט זיך נישט אױפֿהײבן, פֿלעגן זײ נישט ציען, ביז דעם טאָג װאָס ער האָט זיך אױפֿגעהױבן. 38 װאָרעם דער װאָלקן פֿון ה׳ איז געװען אױפֿן מישכּן בײַ טאָג, און אַ פֿײַער פֿלעגט זײַן דרינען בײַ נאַכט, פֿאַר די אױגן פֿון דעם גאַנצן הױז פֿון יִשׂרָאֵל, אין אַלע זײערע ציִונגען.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-18_14-04-22-