1 און דאָס איז די זאַך װאָס דו זאָלסט טאָן צו זײ, זײ צו הײליקן צו זײַן כּהנים צו מיר: נעם אײן יונגן אָקס און צװײ װידערס אָן אַ פֿעלער. 2 און אומגעזײַערט ברױט, און אומגעזײַערטע חלות פֿאַרמישט מיט אײל, און אומגעזײַערטע קוכנס באַשמירט מיט אײל; פֿון װײצענעם זעמלמעל זאָלסטו זײ מאַכן. 3 און זאָלסט זײ אַרײַנטאָן אין אײן קאָרב, און זײ גענענען אין דעם קאָרב, מיט דעם אָקס און מיט די צװײ װידערס. 4 און אַהרֹנען און זײַנע זין זאָלסטו מאַכן גענענען צום אײַנגאַנג פֿון אוֹהל-מוֹעד, און זאָלסט זײ װאַשן מיט װאַסער. 5 און זאָלסט נעמען די קלײדער, און אָנקלײדן אַהרֹנען דאָס מאַנטל, און דעם מְעִיל פֿון אֵפֿוֹד, און דעם אֵפֿוֹד, און דעם חושן, און אים אָנגורטן מיט דעם חֵשֶב פֿון אֵפֿוֹד. 6 און זאָלסט אָנטאָן די מִצְנֶפֶת אױף זײַן קאָפּ, און אַרױפֿטאָן די הײליקע קרױן אױף דער מִצְנֶפֶת. 7 און זאָלסט נעמען דאָס אײל פֿון זאַלבונג, און אַרױפֿגיסן אױף זײַן קאָפּ, און אים זאַלבן. 8 און זײַנע זין זאָלסטו מאַכן גענענען, און זײ אָנקלײדן מאַנטלען. 9 און זאָלסט זײ אָנגורטן אַ אַבְנֵט, אַהרֹנען און זײַנע זין, און זײ אָנבינדן היטלען, און די כּהונה זאָל זײ געהערן פֿאַר אַן אײביקן געזעץ; און זאָלסט דערפֿילן די האַנט פֿון אַהרֹנען, און די האַנט פֿון זײַנע זין.
10 און זאָלסט מאַכן גענענען דעם אָקס פֿאַרן אוֹהל-מוֹעד, און אַהרֹן און זײַנע זין זאָלן אָנלענען זײערע הענט אױפֿן קאָפּ פֿון אָקס. 11 און זאָלסט שעכטן דעם אָקס פֿאַר ה׳, בײַם אײַנגאַנג פֿון אוֹהל-מוֹעד. 12 און זאָלסט נעמען פֿון דעם בלוט פֿון אָקס, און אַרױפֿטאָן אױף די הערנער פֿון מזבח מיט דײַן פֿינגער, און דאָס גאַנצע בלוט זאָלסטו אױסגיסן בײַם גרונט פֿון מזבח. 13 און זאָלסט נעמען דאָס גאַנצע פֿעטס װאָס באַדעקט די אינגעװײד, און דאָס רױטפֿלײש איבער דעם לעבער, און בײדע נירן, און דאָס פֿעטס װאָס אױף זײ, און דעמפֿן אױפֿן מזבח. 14 און דאָס פֿלײש פֿון אָקס, און זײַן פֿעל, און זײַן מיסט, זאָלסטו פֿאַרברענען אין פֿײַער אױסן לאַגער; אַ זינדאָפּפֿער איז דאָס.
15 און אײן װידער זאָלסטו נעמען, און אַהרֹן און זײַנע זין זאָלן אָנלענען זײערע הענט אױפֿן קאָפּ פֿון װידער. 16 און זאָלסט שעכטן דעם װידער, און נעמען זײַן בלוט, און שפּרענגען אױפֿן מזבח רונד אַרום. 17 און דעם װידער זאָלסטו צעשנײַדן אױף זײַנע שטיקער, און זאָלסט װאַשן זײַנע אינגעװײד, און זײַנע קני, און זײ אַװעקלײגן צו זײַנע שטיקער, און צו זײַן קאָפּ. 18 און זאָלסט דעמפֿן דעם גאַנצן װידער אױפֿן מזבח; אַ בראַנדאָפּפֿער איז דאָס צו ה׳; אַ געשמאַקער ריח, אַ פֿײַעראָפּפֿער איז דאָס צו ה׳.
19 און זאָלסט נעמען דעם צװײטן װידער, און אַהרֹן און זײַנע זין זאָלן אָנלענען זײערע הענט אױפֿן קאָפּ פֿון װידער. 20 און זאָלסט שעכטן דעם װידער, און נעמען פֿון זײַן בלוט, און אַרױפֿטאָן אױפֿן רעכטן אױערלעפּל פֿון אַהרֹנען, און אױפֿן רעכטן אױערלעפּל פֿון זײַנע זין, און אױפֿן דױמען פֿון זײער רעכטער האַנט, און אױפֿן דױמען פֿון זײער רעכטן פֿוס; און זאָלסט שפּרענגען דאָס בלוט אױפֿן מזבח רונד אַרום. 21 און זאָלסט נעמען פֿון דעם בלוט װאָס אױפֿן מזבח, און פֿון דעם אײל פֿון זאַלבונג, און שפּריצן אױף אַהרֹנען, און אױף זײַנע קלײדער, און אױף זײַנע זין, און אױף די קלײדער פֿון זײַנע זין מיט אים; און ער און זײַנע קלײדער װעלן װערן הײליק, און זײַנע זין און די קלײדער פֿון זײַנע זין מיט אים. 22 און זאָלסט נעמען פֿון דעם װידער דאָס פֿעטס, און דעם װײדל, און דאָס פֿעטס װאָס באַדעקט די אינגעװײד, און דאָס רױטפֿלײש פֿון לעבער, און בײדע נירן, און דאָס פֿעטס װאָס אױף זײ, און דעם רעכטן שענקל – װאָרעם אַ װידער פֿון דערפֿילונג איז דאָס – 23 און אײן לאַבן ברױט, און אײן חלה ברױט אױף אײל, און אײן קוכן פֿון דעם קאָרב אומגעזײַערטן ברױט װאָס פֿאַר ה׳. 24 און זאָלסט אַלצדינג אַרױפֿטאָן אױף די הענט פֿון אַהרֹנען, און אױף די הענט פֿון זײַנע זין; און זאָלסט זײ אױפֿהײבן אַן אױפֿהײבונג פֿאַר ה׳. 25 און זאָלסט עס נעמען פֿון זײער האַנט, און דעמפֿן אױפֿן מזבח, איבער דעם בראַנדאָפּפֿער, פֿאַר אַ געשמאַקן ריח פֿאַר ה׳; אַ פֿײַעראָפּפֿער איז דאָס צו ה׳. 26 און זאָלסט נעמען די ברוסט פֿון דעם װידער פֿון דערפֿילונג װאָס פֿאַר אַהרֹנען, און זי אױפֿהײבן אַן אױפֿהײבונג פֿאַר ה׳; און עס זאָל זײַן דיר צום חלק. 27 און זאָלסט הײליקן די ברוסט פֿון אױפֿהײבונג, און דעם שענקל פֿון אָפּשײדונג, װאָס איז אױפֿגעהױבן געװאָרן, און װאָס איז אָפּגעשײדט געװאָרן פֿון דעם װידער פֿון דערפֿילונג, פֿון דעם װאָס פֿאַר אַהרֹנען און פֿאַר זײַנע זין.
28 און עס זאָל געהערן צו אַהרֹנען און צו זײַנע קינדער, פֿאַר אַן אײביקן געזעץ, פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל; װאָרעם אַן אָפּשײדונג איז דאָס, און אַן אָפּשײדונג זאָל עס זײַן, פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל פֿון זײערע פֿרידאָפּפֿער, זײער אָפּשײדונג צו ה׳.
29 און די הײליקע קלײדער פֿון אַהרֹנען זאָלן זײַן פֿאַר זײַנע זין נאָך אים, אױף צו זאַלבן אין זײ, און צו דערפֿילן זײער האַנט אין זײ. 30 זיבן טעג זאָל זײ אָנטאָן דער פֿון זײַנע זין, װאָס װערט דער כּהן אױף זײַן אָרט, דער װאָס קומט אין אוֹהל-מוֹעד צו דינען אין הײליקטום.
31 און דעם װידער פֿון דערפֿילונג זאָלסטו נעמען, און קאָכן זײַן פֿלײש אין אַ הײליקן אָרט. 32 און אַהרֹן און זײַנע זין זאָלן עסן דאָס פֿלײש פֿון דעם װידער, און דאָס ברױט װאָס אין קאָרב, בײַם אײַנגאַנג פֿון אוֹהל-מוֹעד. 33 און דאָס זאָלן עסן מיט װאָס מען האָט מכַפּר געװאָרן דערמיט, כּדי צו דערפֿילן זײער האַנט, זײ צו הײליקן; אָבער אַ פֿרעמדער זאָל דערפֿון נישט עסן, װײַל דאָס איז הײליק. 34 און אַז עס װעט איבערבלײַבן פֿון דעם פֿלײש פֿון דערפֿילונג, אָדער פֿון דעם ברױט, ביז אין דער פֿרי, זאָלסטו פֿאַרברענען דאָס געבליבענע אין פֿײַער; עס זאָל נישט געגעסן װערן, װאָרעם עס איז הײליק.
35 און זאָלסט טאָן צו אַהרֹנען און צו זײַנע זין אַזױ װי אַלץ װאָס איך האָב דיר באַפֿױלן; זיבן טעג זאָלסטו דערפֿילן זײער האַנט. 36 און אַן אָקס אַ זינדאָפּפֿער זאָלסטו מאַכן איטלעכן טאָג פֿאַר כִּפֻּרִים, און רײניקן דעם מזבח מיט דײַן מכַפּר זײַן אױף אים; און זאָלסט אים זאַלבן, אים צו הײליקן. 37 זיבן טעג זאָלסטו מכַפּר זײַן אױפֿן מזבח, און אים הײליקן; און דער מזבח זאָל זײַן אַ הײליקסטע הײליקײט; אַלץ װאָס רירט זיך אָן אָן מזבח זאָל װערן הײליק.
38 און דאָס איז װאָס דו זאָלסט מאַכן אױפֿן מזבח: יאָריקע שעפּסן צװײ אַ טאָג, תּמיד. 39 אײן שעפּס זאָלסטו מאַכן אין דער פֿרי, און דעם צװײטן שעפּס זאָלסטו מאַכן קעגן אָװנט. 40 און אַ צענטל זעמלמעל פֿאַרמישט מיט געשלאָגענע אײל אַ פֿערטל הין, און אַ גיסאָפּפֿער פֿון אַ פֿערטל הין װײַן צו דעם אײן שעפּס. 41 און דעם צװײטן שעפּס זאָלסטו מאַכן קעגן אָװנט; אַזױ װי דאָס שפּײַזאָפּפֿער פֿון אין דער פֿרי, און אַזױ װי זײַן גיסאָפּפֿער, זאָלסטו מאַכן צו אים, פֿאַר אַ געשמאַקן ריח, אַ פֿײַעראָפּפֿער צו ה׳. 42 אַ שטענדיק בראַנדאָפּפֿער אױף אײַערע דור-דורות, בײַם אײַנגאַנג פֿון אוֹהל-מוֹעד, פֿאַר ה׳, װאָס דאָרטן װעל איך זיך אַנטפּלעקן צו אײַך, דאָרטן צו רעדן צו דיר. 43 און איך װעל זיך דאָרטן אַנטפּלעקן צו די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, און עס װעט געהײליקט װערן מיט מײַן פּראַכט.
44 און איך װעל הײליקן דעם אוֹהל-מוֹעד, און דעם מזבח; און אַהרֹנען און זײַנע זין װעל איך הײליקן צו זײַן כּהנים צו מיר. 45 און איך װעל רוען צװישן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, און װעל זײ זײַן צום אלֹקים. 46 און זײ װעלן װיסן, אַז איך בין ה׳ זײער ג-ט, װאָס האָב זײ אַרױסגעצױגן פֿון לאַנד מִצרַיִם, כּדי איך זאָל רוען צװישן זײ. איך בין ה׳ זײער ג-ט.