Publicidade

Êxodo 24

1 און צו משהן האָט ער געזאָגט: גײ אַרױף צו ה׳, דו, און אַהרֹן, נָדָבֿ, און אַבֿיהוא, און זיבעציק פֿון די עלטסטע פֿון יִשׂרָאֵל, און איר זאָלט זיך בוקן פֿון דער װײַטן. 2 און משה אַלײן זאָל גענענען צו ה׳; אָבער זײ זאָלן נישט גענענען. און דאָס פֿאָלק זאָל נישט אַרױפֿגײן מיט אים.

3 איז משה געקומען, און האָט דערצײלט דעם פֿאָלק אַלע װערטער פֿון ה׳, און אַלע געזעצן; און דאָס גאַנצע פֿאָלק האָט געענטפֿערט מיט אײן קֹול, און געזאָגט: אַלע װערטער װאָס ה׳ האָט גערעדט װעלן מיר טאָן.

4 און משה האָט פֿאַרשריבן אַלע װערטער פֿון ה׳, און ער האָט זיך געפֿעדערט אין דער פֿרי, און האָט געבױט אַ מזבח אונטערן באַרג, און צװעלף זײַלשטײנער אַקעגן די צװעלף שבֿטים פֿון יִשׂרָאֵל. 5 און ער האָט געשיקט די יונגע לײַט פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, און זײ האָבן אױפֿגעבראַכט בראַנדאָפּפֿער און געשלאַכט אָקסן פֿרידאָפּפֿער צו ה׳. 6 און משה האָט גענומען העלפֿט פֿון דעם בלוט, און אַרײַנגעטאָן אין בעקנס, און העלפֿט פֿון דעם בלוט האָט ער געשפּרענגט אױפֿן מזבח. 7 און ער האָט גענומען דאָס בוך פֿון ברית, און געלײענט אין די אױערן פֿון פֿאָלק; און זײ האָבן געזאָגט: אַלץ װאָס ה׳ האָט גערעדט װעלן מיר טאָן און געהאָרכן. 8 און משה האָט גענומען דאָס בלוט, און האָט געשפּרענגט אױפֿן פֿאָלק, און האָט געזאָגט: אָט איז דאָס בלוט פֿון דעם ברית װאָס ה׳ האָט געמאַכט מיט אײַך אױף אַלע די דאָזיקע װערטער.

9 און משה, און אַהרֹן, נָדָבֿ, און אַבֿיהוא, און זיבעציק פֿון די עלטסטע פֿון יִשׂרָאֵל, זײַנען אַרױפֿגעגאַנגען; 10 און זײ האָבן געזען דעם אלוקי יִשׂרָאֵל; און אונטער זײַנע פֿיס איז געװען אַזױ װי אַ פֿלאַסטערװערק פֿון סאַפּירשטײן, און אַזױ װי דער הימל אַלײן אין לױטערקײט. 11 און אױף די אַדללײַט פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל האָט ער נישט אױסגעשטרעקט זײַן האַנט; און זײ האָבן געזען האלֹקים, און האָבן געגעסן און געטרונקען.

12 און ה׳ האָט געזאָגט צו משהן: קום אַרױף צו מיר אױפֿן באַרג, און זײַ דאָרטן, און איך װעל דיר געבן די שטײנערנע לוחות מיט דער תּורה און דעם געבאָט װאָס איך האָב אױפֿגעשריבן זײ צו לערנען.

13 איז אױפֿגעשטאַנען משה, און זײַן באַדינער יְהוֹשועַ, און משה איז אַרױפֿגעגאַנגען אױפֿן באַרג פֿון האלֹקים. 14 און צו די עלטסטע האָט ער געזאָגט: האַרט דאָ אױף אונדז, ביז װאַנען מיר װעלן זיך אומקערן צו אײַך. און אָט זײַנען אַהרֹן און חור מיט אײַך; װער עס האָט אַ משפּט זאָל גענענען צו זײ.

15 און משה איז אַרױפֿגעגאַנגען אױפֿן באַרג, און דער װאָלקן האָט צוגעדעקט דעם באַרג. 16 און די פּראַכט פֿון ה׳ האָט גערוט אױפֿן באַרג סינַי, און דער װאָלקן האָט אים אײַנגעדעקט זעקס טעג; און אױפֿן זיבעטן טאָג האָט ער גערופֿן צו משהן פֿון װאָלקן.

17 און דאָס אױסזען פֿון ה׳ס פּראַכט איז געװען אַזױ װי אַ פֿלאַמיק פֿײַער אױפֿן שפּיץ באַרג, פֿאַר די אױגן פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל. 18 און משה איז אַרײַנגעגאַנגען אין מיטן װאָלקן, און איז אַרױף אױפֿן באַרג; און משה איז געװען אױפֿן באַרג פֿערציק טעג און פֿערציק נעכט.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-18_14-04-22-