Publicidade

Êxodo 13

1 און ה׳ האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: 2 הײליק צו מיר יעטװעדער בכוֹר; איטלעכס װאָס עפֿנט דעם טראַכט צװישן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, פֿון אַ מענטשן אָדער פֿון אַ בהמה, זאָל געהערן צו מיר.

3 און משה האָט געזאָגט צו דעם פֿאָלק: געדענקט דעם דאָזיקן טאָג װאָס איר זײַט אַרױסגעגאַנגען פֿון מִצרַיִם, פֿון דעם הױז פֿון קנעכטשאַפֿט; װאָרעם מיט אַ שטאַרקער האַנט האָט אײַך ה׳ אַרױסגעצױגן פֿון דאַנען; דערום זאָל נישט געגעסן װערן חמץ. 4 הײַנט גײט איר אַרױס, אין חודש אָבֿיבֿ, 5 איז, אַז ה׳ װעט דיך ברענגען אין לאַנד פֿון דעם כּנַעֲני, און דעם חִתּי, און דעם אֶמוֹרי, און דעם חִוִי, און דעם יבֿוסי, װאָס ער האָט געשװאָרן דײַנע עלטערן, דיר צו געבן, אַ לאַנד װאָס פֿליסט מיט מילך און האָניק, זאָלסטו טאָן דעם דאָזיקן דינסט אין דעם דאָזיקן חודש. 6 זיבן טעג זאָלסטו עסן מַצות און אױפֿן זיבעטן טאָג זאָל זײַן אַ יוֹם-טובֿ צו ה׳. 7 מַצות זאָל געגעסן װערן אין די זיבן טעג, און עס זאָל נישט געזען װערן בײַ דיר חמץ, און עס זאָל נישט געזען װערן בײַ דיר זױערטײג, אין דײַן גאַנצן גבֿול. 8 און זאָלסט דערצײלן דײַן זון אין יענעם טאָג, אַזױ צו זאָגן: דאָס איז פֿון װעגן דעם װאָס ה׳ האָט מיר געטאָן בײַ מײַן אַרױסגײן פֿון מִצרַיִם. 9 און עס זאָל דיר זײַן פֿאַר אַ צײכן אױף דײַן האַנט, און פֿאַר אַ דערמאָנונג צװישן דײַנע אױגן, כּדי די תּורה פֿון ה׳ זאָל זײַן אין דײַן מױל; װאָרעם מיט אַ שטאַרקער האַנט האָט דיך ה׳ אַרױסגעצױגן פֿון מִצרַיִם. 10 און זאָלסט אָפּהיטן דאָס דאָזיקע געזעץ אין זײַן געשטעלטער צײַט, פֿון יאָר צו יאָר.

11 און עס װעט זײַן, אַז ה׳ װעט דיך ברענגען אין לאַנד פֿון דעם כּנַעֲני, אַזױ װי ער האָט געשװאָרן דיר און דײַנע עלטערן, און ער װעט עס דיר געבן, 12 זאָלסטו אָפּשײדן איטלעכס װאָס עפֿנט דעם טראַכט, צו ה׳; און איטלעך ערשטגעבאָרנס פֿון אַ בהמה װאָס דו װעסט האָבן, אױב זכָרים, זאָל געהערן צו ה׳. 13 און יעטװעדער ערשטלינג פֿון אַן אײזל זאָלסטו אױסלײזן מיט אַ לאַם, און אױב דו װעסט נישט אױסלײזן, זאָלסטו אים אָפּהאַקן דאָס געניק. און יעטװעדער בכוֹר פֿון מענטשן צװישן דײַנע זין זאָלסטו אױסלײזן.

14 און עס װעט זײַן, אַז דײַן זון װעט דיך פֿרעגן שפּעטער אַהין, אַזױ צו זאָגן: װאָס איז דאָס? זאָלסטו זאָגן צו אים: מיט אַ שטאַרקער האַנט האָט אונדז ה׳ אַרױסגעצױגן פֿון מִצרַיִם, פֿון דעם הױז פֿון קנעכטשאַפֿט. 15 און עס איז געװען, אַז פַּרעה האָט זיך אײַנגעשפּאַרט קעגן אונדז אַװעקלאָזן, האָט ה׳ געהרגעט יעטװעדער בכוֹר אין לאַנד מִצרַיִם, פֿון אַ בכוֹר פֿון אַ מענטשן ביז אַ בכוֹר פֿון אַ בהמה; דערום בין איך מקריבֿ צו ה׳ איטלעכס װאָס עפֿנט דעם טראַכט, אױב זכָרים; און יעטװעדער בכוֹר פֿון מײַנע זין לײז איך אױס. 16 און עס זאָל זײַן פֿאַר אַ צײכן אױף דײַן האַנט, און פֿאַר אַ קאָפּ-ציערונג צװישן דײַנע אױגן; װאָרעם מיט אַ שטאַרקער האַנט האָט אונדז ה׳ אַרױסגעצױגן פֿון מִצרַיִם.

בשַלַח

17 און עס איז געװען, אַז פַּרעה האָט אַװעקגעלאָזן דאָס פֿאָלק, האָט זײ אלֹקים נישט געפֿירט אױף דעם װעג פֿון דעם לאַנד פֿון די פּלִשתּים, הגם ער איז געװען נאָנט; װאָרעם אלֹקים האָט געזאָגט: דאָס פֿאָלק װעט נאָך חרטה האָבן, אַז זײ װעלן דערזען מלחמה, און זײ װעלן זיך אומקערן קײן מִצרַיִם. 18 און אלֹקים האָט געפֿירט דאָס פֿאָלק אַרום, אױפֿן װעג פֿון מדבר בײַם ים-סוףֿ. און די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל זײַנען באַװאָפֿנטע אַרױפֿגעגאַנגען פֿון לאַנד מִצרַיִם.

19 און משה האָט מיטגענומען מיט זיך די בײנער פֿון יוֹספֿן; װאָרעם באַשװערן האָט ער באַשװאָרן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, אַזױ צו זאָגן: דערמאָנען װעט זיך אלֹקים דערמאָנען אָן אײַך; זאָלט איר אױפֿברענגען מײַנע בײנער פֿון דאַנען מיט אײַך.

20 און זײ האָבן געצױגן פֿון סוכּוֹת, און האָבן גערוט אין אֵתָם בײַם עק מדבר. 21 און ה׳ איז געגאַנגען זײ פֿאַרױס, בײַ טאָג אין אַ זײַל פֿון װאָלקן, זײ צו פֿירן אױפֿן װעג, און בײַ נאַכט אין אַ זײַל פֿון פֿײַער, זײ צו לײַכטן; כּדי צו קענען גײן בײַ טאָג און בײַ נאַכט. 22 דער זײַל פֿון װאָלקן פֿלעגט זיך נישט אָפּטאָן בײַ טאָג, און דער זײַל פֿון פֿײַער בײַ נאַכט, פֿון פֿאַרן פֿאָלק.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-18_14-04-22-