Publicidade

Êxodo 16

1 און זײ האָבן אַװעקגעצױגן פֿון אֵילִם, און די גאַנצע עדה פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל איז אָנגעקומען אין מדבר סין װאָס צװישן אֵילִם און צװישן סינַי, אין פֿופֿצנטן טאָג פֿון צװײטן חודש נאָך זײער אַרױסגײן פֿון לאַנד מִצרַיִם.

2 און די גאַנצע עדה פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל האָט געמורמלט אַקעגן משהן און אַקעגן אַהרֹנען אין מדבר; 3 און די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל האָבן צו זײ געזאָגט: הלװאַי װאָלטן מיר געשטאָרבן דורך דער האַנט פֿון ה׳ אין לאַנד מִצרַיִם װען מיר זײַנען געזעסן איבערן פֿלײש װען מיר האָבן געגעסן ברױט צו זאַט; װאָרעם איר האָט אונדז אַרױסגעבראַכט אין דעם דאָזיקן מדבר, צו טײטן די דאָזיקע גאַנצע אײַנזאַמלונג דורך הונגער.

4 האָט ה׳ געזאָגט צו משהן: זע, איך מאַך אײַך רעגענען ברױט פֿון הימל, און דאָס פֿאָלק װעט אַרױסגײן און קלײַבן איטלעכן טאָג די באַדערפֿעניש פֿון טאָג, כּדי איך זאָל אים פּרוּװן אױב ער װעט גײן אין מײַן תּורה אָדער נישט. 5 און עס װעט זײַן, אױפֿן זעקסטן טאָג, אַז זײ װעלן אָפּמעסטן װאָס זײ װעלן אַהײמברענגען, װעט עס זײַן צװײ מאָל אַזױ פֿיל װי זײ קלײַבן אױף טאָגטעגלעך.

6 און משה און אַהרֹן האָבן געזאָגט צו אַלע קינדער פֿון יִשׂרָאֵל: אין אָװנט װעט איר װיסן, אַז ה׳ האָט אײַך אַרױסגעצױגן פֿון לאַנד מִצרַיִם; 7 און אין דער פֿרי װעט איר זען די פּראַכט פֿון ה׳; װאָרעם ער האָט צוגעהערט אײַערע מורמלערײַען אַקעגן ה׳. און װאָס זײַנען מיר, װאָס איר מורמלט אַקעגן אונדז? 8 און משה האָט געזאָגט: דאָס װעט געשען װען ה׳ װעט אײַך געבן אין אָװנט פֿלײש צום עסן, און אין דער פֿרי ברױט צו זאַט; װאָרעם ה׳ האָט געהערט אײַערע מורמלערײַען װאָס איר מורמלט אַקעגן אים; און װאָס זײַנען מיר? נישט אַקעגן אונדז זײַנען אײַערע מורמלערײַען, נײַערט אַקעגן ה׳. 9 און משה האָט געזאָגט צו אַהרֹנען: זאָג צו דער גאַנצער עדה פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל: גענענט פֿאַר ה׳, װאָרעם ער האָט צוגעהערט אײַערע מורמלערײַען.

10 און עס איז געװען, װי אַהרֹן האָט גערעדט צו דער גאַנצער עדה פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, האָבן זײ זיך אומגעקוקט צום מדבר, ערשט די פּראַכט פֿון ה׳ האָט זיך באַװיזן אין װאָלקן. 11 און ה׳ האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: 12 איך האָב געהערט די מורמלערײַען פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל. רעד צו זײ אַזױ צו זאָגן: קעגן אָװנט װעט איר עסן פֿלײש, און אין דער פֿרי װעט איר זיך זעטן מיט ברױט, און איר װעט װיסן, אַז איך בין ה׳ אלוקיכם.

13 און עס איז געװען אין אָװנט, זײַנען אַרױפֿגעקומען װאַכטלפֿױגלען און האָבן באַדעקט דעם לאַגער; און אין דער פֿרי איז געװען אַ שיכט טױ רונד אַרום לאַגער. 14 און אַז די שיכט טױ האָט זיך אױסגעדאַמפּן, ערשט אױפֿן געזיכט פֿון מדבר איז דינס, שופּיקס, דין אַזױ װי פֿראָסט אױף דער ערד. 15 און װי די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל האָבן דאָס געזען, אַזױ האָבן זײ געזאָגט אײנער צום אַנדערן: מָן הוא? װײַל זײ האָבן נישט געװוּסט װאָס דאָס איז. האָט משה צו זײ געזאָגט: דאָס איז דאָס ברױט, װאָס ה׳ האָט אײַך געגעבן צום עסן. 16 דאָס איז די זאַך, װאָס ה׳ האָט באַפֿױלן: קלײַבט דערפֿון איטלעכער לױט זײַן עסן; אַן עוֹמֶר אױף אַ קאָפּ, לױט דער צאָל פֿון אײַערע נפֿשות, איטלעכער פֿאַר די װאָס אין זײַן געצעלט זאָלט איר נעמען. 17 און די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל האָבן אַזױ געטאָן, און זײ האָבן געקליבן װער פֿיל און װער װינציק. 18 און אַז זײ האָבן געמאָסטן מיט אַן עוֹמֶר, האָט דער װאָס האָט געקליבן פֿיל נישט געהאַט איבעריק, און דעם װאָס האָט געקליבן װינציק האָט נישט געפֿעלט; איטלעכער װעדליק זײַן עסן האָבן זײ אױפֿגעקליבן.

19 און משה האָט צו זײ געזאָגט: קײנער זאָל דערפֿון נישט איבערלאָזן ביז אין דער פֿרי. 20 אָבער זײ האָבן נישט צוגעהערט צו משהן, און לײַט האָבן איבערגעלאָזט דערפֿון ביז אין דער פֿרי, און עס איז געװאָרן װערעמדיק, און האָט געשטונקען; און משה האָט געצערנט אױף זײ. 21 און זײ האָבן עס געקליבן פֿרימאָרגן אין פֿרימאָרגן, איטלעכער װעדליק זײַן עסן; און װי די זון איז הײס געװאָרן, אַזױ איז עס צעגאַנגען. 22 און עס איז געװען אױפֿן זעקסטן טאָג, האָבן זײ געקליבן צװײ מאָל אַזױ פֿיל ברױט, צװײ עוֹמֶרס פֿאַר איטלעכן; און אַלע פֿירשטן פֿון דער עדה זײַנען געקומען, און האָבן דערצײלט משהן.

23 האָט ער צו זײ געזאָגט: דאָס איז װאָס ה׳ האָט גערעדט: אַ רוּונג, אַ הײליקער שבת איז מאָרגן צו ה׳; װאָס איר װילט באַקן באַקט, און װאָס איר װילט קאָכן קאָכט, און אַלץ װאָס בלײַבט איבער, לײגט אײַך אַװעק צו האַלטן ביז אין דער פֿרי. 24 האָבן זײ עס אַװעקגעלײגט ביז אין דער פֿרי, אַזױ װי משה האָט באַפֿױלן, און עס האָט נישט געשטונקען, און קײן װערעם זײַנען דערין נישט געװען.

25 און משה האָט געזאָגט: עסט עס הײַנט, װאָרעם הײַנט איז שבת צו ה׳, הײַנט װעט איר עס נישט געפֿינען אױפֿן פֿעלד. 26 זעקס טעג זאָלט איר עס קלײַבן, אָבער אױפֿן זיבעטן טאָג איז שבת, דענצמאָל װעט עס נישט זײַן.

27 און עס איז געװען אױפֿן זיבעטן טאָג, זײַנען פֿון פֿאָלק אַרױסגעגאַנגען קלײַבן, אָבער זײ האָבן נישט געפֿונען. 28 האָט ה׳ געזאָגט צו משהן: ביז װאַנען װעט איר נישט װעלן היטן מײַנע געבאָט און מײַנע לערנונגען? 29 זעט, אַז ה׳ האָט אײַך געגעבן דעם שבת, גיט ער אײַך דערפֿאַר אין זעקסטן טאָג ברױט אױף צװײ טעג. זיצט איטלעכער בײַ זיך; קײנער זאָל נישט אַרױסגײן פֿון זײַן אָרט אין זיבעטן טאָג.

30 און דאָס פֿאָלק האָט גערוט אין זיבעטן טאָג.

31 און דאָס הױז פֿון יִשׂרָאֵל האָט גערופֿן דעם נאָמען דערפֿון מַן; און עס איז געװען אַזױ װי קאָריאַנדערזאָמען, װײַס; און דער טעם דערפֿון איז געװען אַזױ װי אַ פּלעצל אױף האָניק.

32 און משה האָט געזאָגט: דאָס איז די זאַך װאָס ה׳ האָט באַפֿױלן: אַן עוֹמֶר-פֿול דערפֿון זאָל זײַן פֿאַר אַ היטונג אױף אײַערע דור-דורות, כּדי זײ זאָלן זען דאָס ברױט װאָס איך האָב אײַך געגעבן עסן אין דער מדבר, װען איך האָב אײַך אַרױסגעצױגן פֿון לאַנד מִצרַיִם.

33 און משה האָט געזאָגט צו אַהרֹנען: נעם אַ קרוג, און טו אַהין אַרײַן אַן עוֹמֶר-פֿול מַן, און שטעל עס אַװעק פֿאַר ה׳, פֿאַר אַ היטונג אױף אײַערע דור-דורות. 34 אַזױ װי ה׳ האָט באַפֿױלן משהן, אַזױ האָט עס אַהרֹן אַװעקגעשטעלט פֿאַרן אָרון, פֿאַר אַ היטונג.

35 און די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל האָבן געגעסן דעם מַן פֿערציק יאָר, ביז זײ זײַנען געקומען צו באַװױנטן לאַנד; זײ האָבן געגעסן דעם מַן ביז זײ זײַנען געקומען צום ברעג פֿון לאַנד כּנַעַן. 36 און אַן עוֹמֶר דאָס איז אַ צענטל אֵיפֿה.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-18_14-04-22-