1 און משה האָט געפֿיטערט די שאָף פֿון זײַן שװער יִתרוֹן, דעם פּריסטער פֿון מִדיָן, און ער האָט געפֿירט די שאָף צום מדבר צו, און ער איז געקומען צום באַרג פֿון האלֹקים, צו חוֹרֵבֿ. 2 האָט זיך באַװיזן צו אים דער מלאך פֿון ה׳ אין אַ פֿלאַמפֿײַער פֿון מיטן פֿון אַ דאָרן, און ער האָט געזען, ערשט דער דאָרן ברענט אין פֿײַער, און דער דאָרן װערט נישט פֿאַרצערט. 3 האָט משה געזאָגט: לאָמיך אַקאָרשט אָפּקערן און זען די דאָזיקע גרױסע זעונג, פֿאַר װאָס דער דאָרן װערט נישט פֿאַרברענט. 4 און װי ה׳ האָט געזען, אַז ער האָט אָפּגעקערט צו זען, אַזױ האָט אלֹקים גערופֿן צו אים פֿון מיטן דאָרן, און האָט געזאָגט: משה! משה! האָט ער געענטפֿערט: דאָ בין איך. 5 האָט ער געזאָגט: זאָלסט נישט גענענען אַהער; טו אױס דײַנע שיך פֿון דײַנע פֿיס, װאָרעם דער אָרט װאָס דו שטײסט אױף אים, דאָס איז הײליקע ערד. 6 און ער האָט געזאָגט: איך בין דער ג-ט פֿון דײַן פֿאָטער, אלוקי אבֿרהמען, אלוקי יִצחָקן, און אלוקי יעקבֿן. און משה האָט פֿאַרבאָרגן זײַן פּנים, װײַל ער האָט מורא געהאַט צו קוקן אױף האלֹקים. 7 און ה׳ האָט געזאָגט: זען געזען האָב איך די פּײַן פֿון מײַן פֿאָלק, װאָס אין מִצרַיִם, און איך האָב צוגעהערט זײַן געשרײ פֿון װעגן זײַנע שָׂרֵי מִסִּים, װאָרעם איך װײס זײַנע װײטיקן. 8 און איך האָב אַראָפּגענידערט אים מציל צו זײַן פֿון דער האַנט פֿון מִצרַיִם, און אים אױפֿצוברענגען פֿון יענעם לאַנד אין אַ גוטן און אַ ברײטן לאַנד, אין אַ לאַנד װאָס פֿליסט מיט מילך און האָניק, אין דעם אָרט פֿון דעם כּנַעֲני, און דעם חִתּי, און דעם אֶמוֹרי, און דעם פּרִזי, און דעם חִוִי, און דעם יבֿוסי. 9 און אַצונד, זע, דאָס געשרײ פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל איז געקומען צו מיר, און איך האָב אױך געזען די דריקונג װאָס די מִצרַיִם דריקן זײ. 10 דערום קום אַצונד, און איך װעל דיך שיקן צו פַּרעהן, און צי אַרױס מײַן פֿאָלק, די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, פֿון מִצרַיִם. 11 האָט משה געזאָגט צו האלֹקים: װער בין איך, אַז איך זאָל גײן צו פַּרעהן, און אַז איך זאָל אַרױסציען די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל פֿון מִצרַיִם? 12 האָט ער געזאָגט: אָבער איך װעל זײַן מיט דיר; און דאָס װעט דיר זײַן דער צײכן, אַז איך האָב דיך געשיקט. װען דו ציסט אַרױס דאָס פֿאָלק פֿון מִצרַיִם, װעט איר דינען האלֹקים אױף דעם דאָזיקן באַרג. 13 האָט משה געזאָגט צו האלֹקים: אָט קום איך צו די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, און איך װעל זאָגן צו זײ: דער ג-ט פֿון אײַערע עלטערן האָט מיך געשיקט צו אײַך, און זײ װעלן זאָגן צו מיר: װאָס איז זײַן נאָמען? װאָס זאָל איך זאָגן צו זײ? 14 האָט אלֹקים געזאָגט צו משהן: איך בין װער איך בין. און ער האָט געזאָגט: אַזױ זאָלסטו זאָגן צו די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל: איך בין האָט מיך געשיקט צו אײַך. 15 און אלֹקים האָט װײַטער געזאָגט צו משהן: אַזױ זאָלסטו זאָגן צו די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל: ה׳, דער ג-ט פֿון אײַערע עלטערן, אלוקי אבֿרהמען, אלוקי יִצחָקן, און אלוקי יעקבֿן, האָט מיך געשיקט צו אײַך. דאָס איז מײַן נאָמען אױף אײביק, און דאָס איז מײַן געדעכעניש אױף דור-דורות. 16 גײ, און זאָלסט אײַנזאַמלען די עלטסטע פֿון יִשׂרָאֵל, און זאָגן צו זײ: ה׳, דער ג-ט פֿון אײַערע עלטערן, אלוקי אבֿרהם, יִצחָק, און יעקבֿ, האָט זיך באַװיזן צו מיר, אַזױ צו זאָגן: אױף געװיס האָב איך געדענקט אָן אײַך, און אָן װאָס אײַך װערט געטאָן אין מִצרַיִם. 17 און איך האָב געזאָגט: איך װעל אײַך אױפֿברענגען פֿון דער פּײַן פֿון מִצרַיִם, אין לאַנד פֿון דעם כּנַעֲני, און דעם חִתּי, און דעם אֶמוֹרי, און דעם פּרִזי, און דעם חִוִי, און דעם יבֿוסי, אין אַ לאַנד װאָס פֿליסט מיט מילך און האָניק. 18 און זײ װעלן צוהערן צו דײַן קֹול, און װעסט קומען, דו און די עלטסטע פֿון יִשׂרָאֵל, צו דעם מלך פֿון מִצרַיִם, און איר װעט זאָגן צו אים: ה׳, דער ג-ט פֿון די עִבֿרים, האָט זיך געטראָפֿן פֿאַר אונדז. און אַצונד, לאָמיר גײן, איך בעט דיך, דרײַ טעג װעגס אין דער מדבר, כּדי מיר זאָלן מקריבֿ זײַן צו ה׳ אלוקינו. 19 און איך װײס אַז דער מלך פֿון מִצרַיִם װעט אײַך נישט לאָזן גײן סײַדן דורך אַ שטאַרקער האַנט. 20 װעל איך אױסשטרעקן מײַן האַנט, און איך װעל שלאָגן מִצרַיִם מיט אַלע מײַנע װוּנדער, װאָס איך װעל טאָן דערין, און דערנאָך װעט ער אײַך אַװעקלאָזן. 21 און איך װעל געבן דעם דאָזיקן פֿאָלק חן אין די אױגן פֿון מִצרַיִם, און עס װעט זײַן, אַז איר װעט אַרױסגײן, װעט איר נישט אַרױסגײן מיט לײדיקן; 22 נאָר יעטװעדער פֿרױ װעט אַנטלײַען פֿון איר שכנטע, און פֿון דער װאָס װױנט מיט איר אין הױז, זילבערנע זאַכן, און גילדערנע זאַכן, און קלײדער; און איר װעט זײ אָנטאָן אױף אײַערע זין און אױף אײַערע טעכטער, און איר װעט אױסלײדיקן מִצרַיִם.
Publicidade
Publicidade