1 און די גאַנצע עדה פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל האָט געצױגן פֿון מדבר סין אױף זײערע ציִונגען, לױט דעם מױל פֿון ה׳, און זײ האָבן גערוט אין רפֿידים; און עס איז נישט געװען קײן װאַסער פֿאַרן פֿאָלק צום טרינקען. 2 און דאָס פֿאָלק האָט זיך געקריגט מיט משהן, און זײ האָבן געזאָגט: גיט אונדז װאַסער, מיר זאָלן טרינקען. האָט משה צו זײ געזאָגט: װאָס קריגט איר זיך מיט מיר? װאָס פּרוּװט איר ה׳?
3 און דאָס פֿאָלק האָט דאָרטן געדאָרשט נאָך װאַסער, און דאָס פֿאָלק האָט געמורמלט אַקעגן משהן, און האָט געזאָגט: נאָך װאָס גאָר האָסטו אונדז אױפֿגעבראַכט פֿון מִצרַיִם, צו טײטן מיך און מײַנע קינדער און מײַנע פֿיך דורך דאָרשט?
4 האָט משה געשריען צו ה׳, אַזױ צו זאָגן: װאָס זאָל איך טאָן צו דעם דאָזיקן פֿאָלק? נאָך אַ ביסל און זײ װעלן מיך פֿאַרשטײנען.
5 האָט ה׳ געזאָגט צו משהן: גײ פֿאַרױס פֿאַרן פֿאָלק, און נעם מיט דיר פֿון די עלטסטע פֿון יִשׂרָאֵל; און דײַן שטעקן, װאָס דו האָסט מיט אים געשלאָגן דעם טײַך, נעם אין דײַן האַנט, און זאָלסט גײן. 6 זע, איך װעל דאָרטן שטײן פֿאַר דיר אױפֿן פֿעלדז אין חוֹרֵבֿ; און זאָלסט שלאָגן דעם פעלדזנשטײן, און עס װעט אַרױסגײן פֿון אים װאַסער, און דאָס פֿאָלק װעט טרינקען. און משה האָט אַזױ געטאָן פֿאַר די אױגן פֿון די עלטסטע פֿון יִשׂרָאֵל.
7 און ער האָט גערופֿן דעם נאָמען פֿון דעם אָרט מַסָה און מריבֿה, פֿון װעגן דעם קריגן זיך פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, און פֿון װעגן זײער פּרוּװן ג-ט, אַזױ צו זאָגן: איז ה׳ פֿאַראַן צװישן אונדז אָדער נישט?
8 און עַמָלֵק איז געקומען, און האָט מלחמה געהאַלטן מיט יִשׂרָאֵל אין רפֿידים. 9 האָט משה געזאָגט צו יְהוֹשועַן: קלײַב אונדז אױס מענער, און גײ אַרױס, האַלט מלחמה מיט עַמָלֵק. מאָרגן װעל איך זיך שטעלן אױפֿן שפּיץ באַרג, מיט דעם שטעקן פֿון האלֹקים אין מײַן האַנט.
10 האָט יְהוֹשועַ געטאָן אַזױ װי משה האָט אים אָנגעזאָגט – מלחמה צו האַלטן מיט עַמָלֵק. און משה, אַהרֹן, און חור זײַנען אַרױפֿגעגאַנגען אױפֿן שפּיץ באַרג. 11 און עס איז געװען, װי משה האָט אױפֿגעהױבן זײַן האַנט, אַזױ האָט גובֿר געװען יִשׂרָאֵל, און װי ער האָט אַראָפּגעלאָזט זײַן האַנט, אַזױ האָט גובֿר געװען עַמָלֵק. 12 און משהס הענט זײַנען געװאָרן שװער; האָבן זײ גענומען אַ שטײן און אַװעקגעלײגט אונטער אים, און ער האָט זיך דערױף געזעצט. און אַהרֹן און חור האָבן אונטערגעלענט זײַנע הענט, אײנער פֿון דער זײַט, און אײנער פֿון דער אַנדער זײַט; און זײַנע הענט זײַנען געבליבן פֿעסט ביז זון-אונטערגאַנג. 13 און יְהוֹשועַ האָט שלאַף געמאַכט עַמָלֵק און זײַן פֿאָלק מיטן שאַרף פֿון שװערד.
14 און ה׳ האָט געזאָגט צו משהן: שרײַב דאָס אױף פֿאַר אַ געדעכעניש אין אַ בוך, און טו עס אין די אױערן פֿון יְהוֹשועַן, אַז אױסמעקן װעל איך אױסמעקן דעם זֵכר פֿון עַמָלֵק, פֿון אונטערן הימל.
15 און משה האָט געבױט אַ מזבח, און האָט גערופֿן זײַן נאָמען ה׳-נִסי. 16 און ער האָט געזאָגט: פֿאַר װאָר, די האַנט אױפֿן טראָן פֿון ה׳! מלחמה איז בײַ ה׳ מיט עַמָלֵק פֿון דור צו דור.