1 די נבֿואה פֿון ה׳ס װאָרט צו יִשׂרָאֵל דורך מַלאָכין:
2 איך האָב אײַך ליב געהאַט, זאָגט ה׳.
און איר זאָגט: מיט װאָס האָסטו אונדז ליב געהאַט?
איז נישט עֵשָׂו יעקבֿס אַ ברודער? זאָגט ה׳,
פֿון דערװעגן האָב איך יעקבֿן ליב געהאַט,
3 און עֵשָׂון האָב איך פֿײַנט געהאַט,
און געמאַכט זײַנע בערג אַ װיסטעניש,
און זײַן נחלה פֿאַר מדבר-שאַקאַלן.
4 אױב אֶדוֹם זאָגט:
מיר זײַנען צעשטערט געװאָרן,
אָבער מיר װעלן װידער אָפּבױען די חורבֿות,
האָט ה׳ צבָֿאוֹת אַזױ געזאָגט:
זײ װעלן בױען, און איך װעל צעשטערן,
און מע װעט זײ רופֿן דער געמאַרק פֿון שלעכטיקײט,
און דאָס פֿאָלק װאָס ה׳ האָט פֿאַרשאָלטן אױף אײביק.
5 און אײַערע אױגן װעלן זען,
און איר װעט זאָגן:
ה׳ איז גרױס אַריבער דעם געמאַרק פֿון יִשׂרָאֵל.
6 אַ זון גיט כּבֿוד אַ פֿאָטער,
און אַ קנעכט זײַן האַר;
איז אױב איך בין אַ פֿאָטער,
װוּ איז מײַן כּבֿוד?
און אױב איך בין אַ האַר,
װוּ איז די מורא פֿאַר מיר?
זאָגט ה׳ צבָֿאוֹת צו אײַך, כּהנים,
װאָס זײַט מבֿזה מײַן נאָמען.
און איר זאָגט: מיט װאָס זײַנען מיר מבֿזה דײַן נאָמען?
7 איר ברענגט אױף מײַן מזבח אומװערדיקע שפּײַז.
און איר זאָגט: מיט װאָס האָבן מיר דיך פֿאַראומװערדיקט?
מיט אײַער זאָגן: דער טיש פֿון ה׳ איז נימאס.
8 און אַז איר ברענגט אַ בלינדס קָרבָּן צו שלאַכטן,
איז קײן בײז נישט!
און אַז איר ברענגט אַ הינקעדיקס און אַ קראַנקס,
איז קײן בײז נישט!
גענען עס אַקאָרשט צו דײַן פֿירשט,
צי ער װעט דיך באַװיליקן,
אָדער װעט דיך אױפֿנעמען?
זאָגט ה׳ צבָֿאוֹת.
9 און אַצונד בעט אַקאָרשט בײַ אֵל,
ער זאָל אונדז לײַטזעליקן!
דורך אײַער האַנט איז דאָס געשען;
קען ער אױפֿנעמען דעם פּנים פֿון עמיצן פֿון אײַך?
זאָגט ה׳ צבָֿאוֹת.
10 װאָלט גאָר װער פֿון אײַך צושליסן די טירן,
און איר זאָלט נישט אָנצינדן פֿײַער אױף מײַן מזבח אומזיסט!
איך װיל אײַך נישט האָבן,
זאָגט ה׳ צבָֿאוֹת,
און װעל נישט באַװיליקן קײן קָרבָּן פֿון אײַער האַנט.
11 װאָרעם פֿון אױפֿגאַנג פֿון דער זון און ביז איר אונטערגאַנג
איז מײַן נאָמען גרױס צװישן די פֿעלקער,
און אין איטלעכן אָרט װערט װײַרעך געבראַכט צו מײַן נאָמען
און שפּײַזאָפּפֿער רײנע;
װײַל מײַן נאָמען איז גרױס צװישן די פֿעלקער,
זאָגט ה׳ צבָֿאוֹת.
12 און איר פֿאַרשװעכט אים מיט אײַער זאָגן:
דער טיש פֿון אֲדֹנָי איז אומװערדיק,
און זײַן פֿרוכט, זײַן שפּײַז, איז נימאס.
13 און איר זאָגט: זע, װאָס פֿאַר אַ טירחא!
און איר בלאָזט דערױף,
זאָגט ה׳ צבָֿאוֹת;
און איר ברענגט אַ געגזלט,
און אַ הינקעדיקס און אַ קראַנקס;
און אַז איר ברענגט דעם קָרבָּן,
זאָל איך אים באַװיליקן פֿון אײַער האַנט?
זאָגט ה׳.
14 און פֿאַרשאָלטן זאָל זײַן דער ליסטיקער,
װאָס אין זײַן סטאַדע איז דאָ אַ זָכר,
און ער איז מנדר און שלאַכט אַ געפֿעלערטס צו אֲדֹנָי;
װאָרעם אַ גרױסער קיניג בין איך,
זאָגט ה׳ צבָֿאוֹת,
און מײַן נאָמען איז פֿאָרכטיק צװישן די פֿעלקער.