1 און יעקבֿ איז געזעסן אין דעם לאַנד פֿון זײַן פֿאָטערס װױנשאַפֿט, אין לאַנד כּנַעַן.
2 דאָס איז די געשיכטע פֿון יעקבֿן: יוֹסף צו זיבעצן יאָר איז געװען אַ פּאַסטוך מיט זײַנע ברידער בײַ די שאָף; און ער איז געװען אַ ייִנגל מיט די זין פֿון בִלהָהן, און מיט די זין פֿון זִלפָּהן, די װײַבער פֿון זײַן פֿאָטער; און יוֹסף האָט געבראַכט בײזע רײד אױף זײ צו זײער פֿאָטער.
3 און יִשׂרָאֵל האָט ליב געהאַט יוֹספֿן מער פֿון אַלע זײַנע זין, װײַל ער איז בײַ אים געװען אַ בן-זקונים. און ער האָט אים געמאַכט אַ מאַנטל פּסים. 4 און אַז זײַנע ברידער האָבן געזען אַז זײער פֿאָטער האָט אים ליבער פֿון אַלע זײַנע ברידער, האָבן זײ אים פֿײַנט געקריגן, און נישט געקענט רעדן צו אים פֿרידלעך.
5 און יוֹספֿן האָט זיך געחלומט אַ חלום, און ער האָט דערצײלט זײַנע ברידער, און זײ האָבן אים נאָך מער פֿײַנט געקריגן. 6 און ער האָט צו זײ געזאָגט: הערט אַקאָרשט דעם דאָזיקן חלום װאָס מיר האָט זיך געחלומט: 7 מיר בינדן אַזױ גאַרבן אין פֿעלד, ערשט מײַן גאַרב האָט זיך אױפֿגעהױבן, און איז אױך געבליבן שטײן; און זע, אײַערע גאַרבן האָבן זיך אַרומגעשטעלט, און האָבן זיך געבוקט צו מײַן גאַרב.
8 האָבן זײַנע ברידער צו אים געזאָגט: קיניגן װילסטו קיניגן איבער אונדז? אָדער געװעלטיקן װילסטו געװעלטיקן איבער אונדז? און זײ האָבן אים נאָך מער פֿײַנט געקריגן פֿאַר זײַנע חלומות, און פֿאַר זײַנע רײד.
9 און אים האָט זיך װידער געחלומט אַן אַנדער חלום, און ער האָט דערצײלט זײַנע ברידער, און האָט געזאָגט: אָט האָט זיך מיר װידער געחלומט אַ חלום: ערשט די זון און די לבֿנה און די עלף שטערן בוקן זיך צו מיר.
10 און װי ער האָט עס דערצײלט זײַן פֿאָטער און זײַנע ברידער, האָט זײַן פֿאָטער אָנגעשריען אױף אים, און האָט צו אים געזאָגט: װאָס איז דאָס פֿאַר אַ חלום װאָס דיר האָט זיך געחלומט? זאָל איך און דײַן מוטער און דײַנע ברידער גאָר קומען זיך בוקן פֿאַר דיר צו דער ערד?
11 און די ברידער האָבן אים מקנא געװען; אָבער זײַן פֿאָטער האָט די זאַך געהאַלטן אין זינען.
12 און זײַנע ברידער זײַנען געגאַנגען פֿיטערן די שאָף פֿון זײער פֿאָטער אין שכֶם. 13 האָט יִשׂרָאֵל געזאָגט צו יוֹספֿן: דײַנע ברידער פֿיטערן דאָך אין שכֶם; קום און איך װעל דיך שיקן צו זײ. האָט ער צו אים געזאָגט: דאָ בין איך. 14 האָט ער צו אים געזאָגט: גײ אַקאָרשט זע אױב פֿריד איז צו דײַנע ברידער, און פֿריד צו די שאָף, און ברענג מיר אַן ענטפֿער. און ער האָט אים אַװעקגעשיקט פֿון דעם טאָל פֿון חֶבֿרוֹן, און ער איז געקומען קײן שכֶם. 15 האָט אים געפֿונען אַ מאַן, ערשט ער בלאָנדזשעט אום אין פֿעלד; און דער מאַן האָט אים געפֿרעגט, אַזױ צו זאָגן: װאָס זוכסטו? 16 האָט ער געזאָגט: מײַנע ברידער זוך איך; זאָג מיר, איך בעט דיך, װוּ פֿיטערן זײ? 17 האָט דער מאַן געזאָגט: זײ האָבן אַװעקגעצױגן פֿון דאַנען, װאָרעם איך האָב געהערט װי זײ זאָגן: לאָמיר גײן קײן דוֹתָן. איז יוֹסף געגאַנגען נאָך זײַנע ברידער, און ער האָט זײ געפֿונען אין דוֹתָן.
18 און װי זײ האָבן אים דערזען פֿון װײַטן, און אײדער נאָך ער האָט גענענט צו זײ, האָבן זײ זיך געמאַכט אַ פֿאַרשװערונג קעגן אים, אים צו טײטן. 19 און זײ האָבן געזאָגט אײנער צום אַנדערן: אָן קומט דער דאָזיקער בַעַל-חלומות. 20 און אַצונד, קומט, און לאָמיר אים הרגען, און אים אַרײַנװאַרפֿן אין אײנער פֿון די גריבער, און מיר װעלן זאָגן: אַ בײזע חיה האָט אים אױפֿגעגעסן; און מיר װעלן זען װאָס װעט װערן פֿון זײַנע חלומות.
21 האָט ראובֿן דערהערט, און ער האָט אים געזוכט מציל צו זײַן פֿון זײער האַנט, און האָט געזאָגט: לאָמיר אים נישט נעמען דאָס לעבן. 22 און ראובֿן האָט צו זײ געזאָגט: איר זאָלט נישט פֿאַרגיסן קײן בלוט; װאַרפֿט אים אַרײַן אין יענער גרוב װאָס אין מדבר, אָבער אַ האַנט זאָלט איר נישט אױסשטרעקן אױף אים – כּדי אים מציל צו זײַן פֿון זײער האַנט, אים אומצוקערן צו זײַן פֿאָטער.
23 און עס איז געװען, װי יוֹסף איז צוגעקומען צו זײַנע ברידער, אַזױ האָבן זײ אױסגעטאָן יוֹספֿן זײַן מאַנטל, דאָס מאַנטל פּסים װאָס אױף אים. 24 און זײ האָבן אים גענומען, און האָבן אים אַרײַנגעװאָרפֿן אין דער גרוב. און די גרוב איז געװען לײדיק, קײן װאַסער איז אין איר נישט געװען.
25 און זײ האָבן זיך געזעצט עסן ברױט. און זײ האָבן אױפֿגעהױבן זײערע אױגן, און האָבן אַ קוק געטאָן, ערשט אַ קאַראַװאַן יִשמָעֵאלים קומט אָן פֿון גִלעָד, און זײערע קעמלען טראָגן געװירץ און באַלזאַם און מירע װאָס זײ גײען אַראָפּנידערן קײן מִצרַיִם. 26 האָט יהוּדה געזאָגט צו זײַנע ברידער: װאָס װעט אַרױסקומען, אַז מיר װעלן הרגען אונדזער ברודער, און מיר װעלן פֿאַרדעקן זײַן בלוט? 27 קומט, און לאָמיר אים פֿאַרקױפֿן צו די יִשמָעֵאלים, און אונדזער האַנט זאָל נישט זײַן אױף אים; װאָרעם אונדזער ברודער, אונדזער פֿלײש איז ער. און זײַנע ברידער האָבן צוגעהערט. 28 און װי די מִדיָנישע לײַט, די סוחרים, זײַנען פֿאַרבײַגעגאַנגען, אַזױ האָבן זײ אַרױסגעצױגן און אַרױפֿגעבראַכט יוֹספֿן פֿון דער גרוב, און זײ האָבן פֿאַרקױפֿט יוֹספֿן צו די יִשמָעֵאלים פֿאַר צװאַנציק זילבערשטיק; און די האָבן אַװעקגעפֿירט יוֹספֿן קײן מִצרַיִם.
29 און ראובֿן האָט זיך אומגעקערט צו דער גרוב, ערשט יוֹסף איז נישטאָ אין דער גרוב; האָט ער צעריסן זײַנע קלײדער. 30 און ער האָט זיך אומגעקערט צו זײַנע ברידער, און האָט געזאָגט: דער ייִנגל איז נישטאָ, און איך, װוּ טו איך מיך אַהין?
31 און זײ האָבן גענומען יוֹספֿס כּתנת, און האָבן געשאָכטן אַ ציגנבאָק, און האָבן אײַנגעטונקט דאָס כּתנת אין דעם בלוט. 32 און זײ האָבן אַװעקגעשיקט דאָס כּתנת פּסים, און געלאָזט ברענגען צו זײער פֿאָטער, און געלאָזט זאָגן: דאָס האָבן מיר געפֿונען; דערקען אַקאָרשט אױב דאָס איז דײַן זונס כּתנת אָדער נישט. 33 האָט ער עס דערקענט, און ער האָט געזאָגט: מײַן זונס כּתנת; אַ בײזע חיה האָט אים אױפֿגעגעסן, פֿאַרצוקן פֿאַרצוקט געװאָרן איז יוֹסף. 34 און יעקבֿ האָט צעריסן זײַנע קלײדער, און אָנגעטאָן זאַק אױף זײַנע לענדן, און ער האָט געטרױערט אױף זײַן זון פֿיל טעג. 35 און אַלע זײַנע זין און אַלע זײַנע טעכטער זײַנען אױפֿגעשטאַנען אים צו טרײסטן, אָבער ער האָט זיך נישט געװאָלט טרײסטן; און ער האָט געזאָגט: פֿאַר װאָר, אַן אָבֿל װעל איך נידערן צו מײַן זון טרױעריק אין דעם גרוב. און זײַן פֿאָטער האָט אים באַװײנט.
36 און די מִדיָנים האָבן אים פֿאַרקױפֿט אין מִצרַיִם צו פּוֹטיפַֿר, אַ הױפֿדינער פֿון פַּרעהן, דעם אײבערלײַבװעכטער.