Publicidade

Gênesis 38

1 און עס איז געװען אין יענער צײַט, האָט יהוּדה אַראָפּגענידערט פֿון זײַנע ברידער, און ער האָט אײַנגעקערט צו אַ מאַן פֿון עַדולָם, װאָס זײַן נאָמען איז געװען חירָה. 2 און יהוּדה האָט דאָרטן געזען די טאָכטער פֿון אַ מאַן אַ כּנַעֲני, װאָס זײַן נאָמען איז געװען שועַ, און ער האָט זי גענומען, און איז געקומען צו איר. 3 און זי איז טראָגעדיק געװאָרן, און האָט געבאָרן אַ זון; און ער האָט גערופֿן זײַן נאָמען עֵר. 4 און זי איז װידער טראָגעדיק געװאָרן, און האָט געבאָרן אַ זון; און זי האָט גערופֿן זײַן נאָמען אוֹנָן. 5 און זי האָט װידער טראָגעדיק געװאָרן און האָט געבאָרן אַ זון; און זי האָט גערופֿן זײַן נאָמען שֵלָה. און ער איז געװען אין כּזיב, אַז זי האָט אים געבאָרן.

6 און יהוּדה האָט גענומען אַ װײַב פֿאַר עֵר זײַן בכוֹר, װאָס איר נאָמען איז געװען תָּמָר. 7 און עֵר, יהוּדהס בכוֹר, איז געװען שלעכט אין די אױגן פֿון ה׳, און ה׳ האָט אים געטײט. 8 האָט יהוּדה געזאָגט צו אוֹנָנען: קום צו דײַן ברודערס װײַב, און באַשװעגער זי, און שטעל אױף אַ זאָמען נאָך דײַן ברודער. 9 און אַזױ װי אוֹנָן האָט געװוּסט אַז דער זאָמען װעט נישט געהערן צו אים, איז, אַז ער איז געקומען צו זײַן ברודערס װײַב, האָט ער אױסגעבראַכט צו דער ערד, כּדי נישט צו געבן אַ זאָמען צו זײַן ברודער. 10 איז געװען שלעכט אין די אױגן פֿון ה׳ װאָס ער האָט געטאָן, און ער האָט אים אױך געטײט.

11 האָט יהוּדה געזאָגט צו זײַן שנור תָּמָרן: זיץ אַן אַלמנה אין דײַן פֿאָטערס הױז, ביז מײַן זון שֵלָה װעט אױפֿװאַקסן; װאָרעם ער האָט געקלערט: טאָמער װעט ער אױך שטאַרבן אַזױ װי זײַנע ברידער. איז תָּמָר אַװעקגעגאַנגען, און איז געזעסן אין איר פֿאָטערס הױז.

12 האָבן זיך געמערט די טעג, און שועַס טאָכטער, די װײַב פֿון יהוּדהן, איז געשטאָרבן. און אַז יהוּדה האָט זיך געהאַט געטרײסט, איז ער אַרױפֿגעגאַנגען צו די שערער פֿון זײַנע שאָף קײן תִּמנָה, ער און זײַן גוטער פֿרײַנט חירָה פֿון עַדולָם.

13 איז אָנגעזאָגט געװאָרן תָּמָרן, אַזױ צו זאָגן: זע, דײַן שװער גײט אַרױף קײן תִּמנָה, צו שערן זײַנע שאָף. 14 האָט זי אױסגעטאָן אירע אַלמנה-קלײדער פֿון זיך, און האָט זיך פֿאַרדעקט מיט אַ שלײער, און זיך אײַנגעװיקלט, און זי האָט זיך געזעצט בײַם אײַנגאַנג פֿון עֵינַיִם, װאָס אױפֿן װעג קײן תִּמנָה; װאָרעם זי האָט געזען אַז שֵלָה איז אױפֿגעװאַקסן, און זי איז נישט געגעבן געװאָרן צו אים פֿאַר אַ װײַב.

15 און יהוּדה האָט זי געזען, און ער האָט זי גערעכנט פֿאַר אַ זוֹנה, װײַל זי האָט פֿאַרדעקט איר פּנים. 16 האָט ער פֿאַרקערט צו איר בײַם װעג, און האָט געזאָגט: קום, איך בעט דיך, לאָמיך קומען צו דיר; װאָרעם ער האָט נישט געװוּסט אַז זי איז זײַן שנור. האָט זי געזאָגט: װאָס װעסטו מיר געבן, אַז דו װעסט קומען צו מיר? 17 האָט ער געזאָגט: איך װעל שיקן אַ ציגנבעקל פֿון די שאָף. האָט זי געזאָגט: סײַדן װעסט מיר געבן אַ משכּון ביז דו שיקסט. 18 האָט ער געזאָגט: װאָס פֿאַר אַ משכּון זאָל איך דיר געבן? האָט זי געזאָגט: דײַן זיגלרינג, און דײַן שנור, און דײַן שטעקן װאָס אין דײַן האַנט. האָט ער עס איר געגעבן, און ער איז צו איר געקומען, און זי איז טראָגעדיק געװאָרן פֿון אים. 19 און זי איז אױפֿגעשטאַנען און איז אַװעקגעגאַנגען, און זי האָט אױסגעטאָן פֿון זיך איר שלײער, און האָט אָנגעטאָן אירע אַלמנה-קלײדער.

20 און יהוּדה האָט געשיקט דאָס ציגנבעקל דורך דער האַנט פֿון זײַן גוטן פֿרײַנט פֿון עַדולָם, כּדי אָפּצונעמען דעם משכּון פֿון דער פֿרױס האַנט; אָבער ער האָט זי נישט געפֿונען. 21 האָט ער געפֿרעגט די מענטשן פֿון איר אָרט, אַזױ צו זאָגן: װוּ איז די זוֹנה װאָס איז געװען אין עֵינַיִם בײַם װעג? האָבן זײ געזאָגט: דאָ איז נישט געװען קײן זוֹנה. 22 האָט ער זיך אומגעקערט צו יהוּדהן, און האָט געזאָגט: איך האָב זי נישט געפֿונען. און אױך די מענטשן פֿון דעם אָרט האָבן געזאָגט: דאָ איז נישט געװען קײן זוֹנה. 23 האָט יהוּדה געזאָגט: זאָל זי עס האַלטן פֿאַר זיך, כּדי מיר זאָלן נישט װערן צו שפּאָט; איך האָב דאָך געשיקט דאָס דאָזיקע ציקעלע, און דו האָסט זי נישט געפֿונען.

24 און עס איז געװען אין אַרום דרײַ חדשים, איז אָנגעזאָגט געװאָרן יהוּדהן, אַזױ צו זאָגן: דײַן שנור תָּמָר האָט מזַנה געװען, און אָט איז זי אױך טראָגעדיק פֿון זנות. האָט יהוּדה געזאָגט: פֿירט זי אַרױס, און זאָל זי פֿאַרברענט װערן.

25 װי זי איז אַרױסגעפֿירט געװאָרן, אַזױ האָט זי געשיקט זאָגן צו איר שװער: פֿון דעם מאַן װאָס די דאָזיקע געהערן צו אים, בין איך טראָגעדיק. און זי האָט געזאָגט: דערקען אַקאָרשט װעמעס איז דער דאָזיקער זיגלרינג, און די שנורן, און דער שטעקן? 26 האָט יהוּדה דערקענט, און ער האָט געזאָגט: זי איז גערעכטער פֿון מיר, דערפֿאַר װײַל איך האָב זי נישט געגעבן צו מײַן זון שֵלָהן. אָבער ער האָט מער װידער נישט פֿאַרקערט מיט איר.

27 און עס איז געװען אין דער צײַט פֿון איר געבערן, ערשט אַ צװילינג איז אין איר לײַב. 28 און עס איז געװען, אַז זי האָט געבאָרן, האָט אײנער אַרױסגעשטעקט זײַן האַנט, און די הײבאַם האָט גענומען און האָט אָנגעבונדן אָן זײַן האַנט אַ רױטן פֿאָדעם, אַזױ צו זאָגן: דער דאָזיקער איז אַרױסגעקומען צוערשט. 29 און עס איז געװען, װי ער ציט צוריק זײַן האַנט, ערשט זײַן ברודער איז אַרױסגעקומען; האָט זי געזאָגט: װאָס אַ ברעכונג איר האָבן געמאַכט פֿאַר זיך! און מע האָט גערופֿן זײַן נאָמען פֶּרֶץ. 30 און דערנאָך איז אַרױסגעקומען זײַן ברודער, װאָס אױף זײַן האַנט איז געװען דער רױטער פֿאָדעם; און מע האָט גערופֿן זײַן נאָמען זֶרַח.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-18_14-04-22-