Publicidade

Gênesis 27

1 און עס איז געװען, אַז יִצחָק איז אַלט געװאָרן, און זײַנע אױגן זײַנען געװאָרן צו טונקל צו זען, האָט ער גערופֿן זײַן עלטערן זון עֵשָׂון, און האָט צו אים געזאָגט: מײַן זון! האָט ער צו אים געזאָגט: דאָ בין איך. 2 האָט ער געזאָגט: זע נאָר, איך בין אַלט, איך װײס נישט דעם טאָג פֿון מײַן טױט. 3 דערום נעם אַצונד, איך בעט דיך, דײַנע װאַפֿן, דײַן פֿײַלבײַטל און דײַן בױגן, און גײ אַרױס אין פֿעלד, און פֿאַנג מיר אַ געפֿאַנג; 4 און מאַך מיר אַ מאכל אַזױ װי איך האָב ליב, און ברענג מיר, און איך װעל עסן; כּדי מײַן זעל זאָל דיך בענטשן אײדער איך שטאַרב.

5 און רבקה האָט געהערט װי יִצחָק רעדט צו זײַן זון עֵשָׂון. און עֵשָׂו איז אַװעקגעגאַנגען אין פֿעלד, צו פֿאַנגען אַ געפֿאַנג אױף צו ברענגען. 6 האָט רבקה געזאָגט צו איר זון יעקבֿן, אַזױ צו זאָגן: זע, איך האָב געהערט דײַן פֿאָטער רעדן צו דײַן ברודער עֵשָׂון, אַזױ צו זאָגן: 7 ברענג מיר אַ געפֿאַנג, און מאַך מיר אַ מאכל, און איך װעל עסן, און איך װעל דיך בענטשן פֿאַר ה׳ פֿאַר מײַן טױט. 8 איז אַצונד, מײַן זון, הער צו מײַן קֹול לױט װי איך באַפֿעל דיר. 9 גײ אַקאָרשט צו די שאָף, און ברענג מיר פֿון דאָרטן צװײ גוטע ציגנבעקלעך, און איך װעל פֿון זײ מאַכן אַ מאכל פֿאַר דײַן פֿאָטער, אַזױ װי ער האָט ליב. 10 און װעסט ברענגען צו דײַן פֿאָטער, ער זאָל עסן, כּדי ער זאָל דיך בענטשן פֿאַר זײַן טױט.

11 האָט יעקבֿ געזאָגט צו זײַן מוטער רבקהן: זע, מײַן ברודער עֵשָׂו איז אַ מענטש אַ האָריקער, און איך בין אַ מענטש אַ גלאַטער. 12 טאָמער װעט מיך מײַן פֿאָטער אָנטאַפּן, װעל איך זײַן אין זײַנע אױגן אַזױ װי אַן אָפּנאַרער, און איך װעל ברענגען אױף מיר אַ קללה, און נישט אַ ברכה.

13 האָט זײַן מוטער צו אים געזאָגט: אױף מיר דײַן קללה, מײַן זון! נאָר הער צו מײַן קֹול, און גײ ברענג מיר.

14 איז ער געגאַנגען, און האָט גענומען און געבראַכט צו זײַן מוטער, און זײַן מוטער האָט געמאַכט אַ מאכל אַזױ װי זײַן פֿאָטער האָט ליב געהאַט. 15 און רבקה האָט גענומען די שענסטע בגדים פֿון איר עלטערן זון עֵשָׂון, װאָס זײַנען געװען בײַ איר אין הױז, און זי האָט אָנגעטאָן איר ייִנגערן זון יעקבֿן. 16 און די פֿעלכלעך פֿון די ציגנבעקלעך האָט זי אָנגעטאָן אױף זײַנע הענט און אױף זײַן גלאַטן האַלדז. 17 און זי האָט געגעבן דעם מאכל און דאָס ברױט װאָס זי האָט געמאַכט, אין דער האַנט פֿון איר זון יעקבֿן.

18 און ער איז געקומען צו זײַן פֿאָטער, און האָט געזאָגט: פֿאָטער מײַנער! האָט ער געזאָגט: דאָ בין איך; װער ביסטו מײַן זון? 19 האָט יעקבֿ געזאָגט צו זײַן פֿאָטער: איך בין עֵשָׂו דײַן בכוֹר; איך האָב געטאָן אַזױ װי דו האָסט מיר געהײסן. הײב דיך אױף, איך בעט דיך, זעץ דיך, און עס פֿון מײַן געפֿאַנג, כּדי דײַן זעל זאָל מיך בענטשן. 20 האָט יִצחָק געזאָגט צו זײַן זון: װי האָסטו עפּעס אַזױ גיך געפֿונען, מײַן זון? האָט ער געזאָגט: װײַל ה׳ דײַן ג-ט האָט מיר צוגעשיקט אַ טראַף. 21 האָט יִצחָק געזאָגט צו יעקבֿן: גענען, איך בעט דיך, און לאָמיך דיך אָנטאַפּן, מײַן זון, אױב דו ביסט דאָס מײַן זון עֵשָׂו, אָדער נישט. 22 האָט יעקבֿ גענענט צו זײַן פֿאָטער יִצחָקן, און ער האָט אים אָנגעטאַפּט, און האָט געזאָגט: דער קֹול איז דער קֹול פֿון יעקבֿן, אָבער די הענט זײַנען די הענט פֿון עֵשָׂון. 23 און ער האָט אים נישט דערקענט, װײַל זײַנע הענט זײַנען געװען האָריק, אַזױ װי די הענט פֿון זײַן ברודער עֵשָׂון; און ער האָט אים געבענטשט. 24 און ער האָט געזאָגט: דו ביסט דאָס מײַן זון עֵשָׂו? האָט ער געזאָגט: איך בין עס.

25 האָט ער געזאָגט: דערלאַנג מיר, און איך װעל עסן פֿון מײַן זונס געפֿאַנג, כּדי מײַן זעל זאָל דיך בענטשן. האָט ער אים דערלאַנגט, און ער האָט געגעסן; און ער האָט אים געבראַכט װײַן, און ער האָט געטרונקען. 26 און זײַן פֿאָטער יִצחָק האָט געזאָגט צו אים: גענען, איך בעט דיך, און טו מיך אַ קוש, מײַן זון. 27 האָט ער גענענט, און האָט אים אַ קוש געטאָן. און ער האָט געשמעקט דעם ריח פֿון זײַנע בגדים, און האָט אים געבענטשט, און געזאָגט:

זע, דער ריח פֿון מײַן זון

איז װי דער ריח פֿון אַ פֿעלד

װאָס ה׳ האָט עס געבענטשט.

28 און האלֹקים זאָל דיר געבן פֿון דעם טױ פֿון הימל,

און פֿון די פֿעטקײטן פֿון דער ערד,

און פֿיל תּבֿואה און װײַן.

29 פֿעלקער זאָלן דיר דינען,

און אומות זאָלן זיך בוקן צו דיר.

זײַ אַ האַר איבער דײַנע ברידער,

און די זין פֿון דײַן מוטער זאָלן זיך בוקן צו דיר.

פֿאַרשאָלטן די װאָס שילטן דיך,

און געבענטשט די װאָס בענטשן דיך!

30 און עס איז געװען, אַז יִצחָק האָט געענדיקט בענטשן יעקבֿן, איז װי נאָר יעקבֿ איז אַרױסגעגאַנגען פֿון פֿאַר זײַן פֿאָטער יִצחָקן, אַזױ איז זײַן ברודער עֵשָׂו אָנגעקומען פֿון זײַן געיעג. 31 און ער אױך האָט געמאַכט אַ מאכל און געבראַכט צו זײַן פֿאָטער; און ער האָט געזאָגט צו זײַן פֿאָטער: זאָל מײַן פֿאָטער אױפֿשטײן, און עסן פֿון זײַן זונס געפֿאַנג, כּדי דײַן זעל זאָל מיך בענטשן. 32 האָט זײַן פֿאָטער יִצחָק צו אים געזאָגט: װער ביסטו? האָט ער געזאָגט: איך בין דײַן זון, דײַן בכוֹר עֵשָׂו. 33 האָט יִצחָק געציטערט זײער אַ גרױס ציטערניש און ער האָט געזאָגט: הײַנט װער איז דער װאָס האָט געפֿאַנגען אַ געפֿאַנג און מיר געבראַכט, און איך האָב געגעסן פֿון אַלץ אײדער דו ביסט געקומען, און איך האָב אים געבענטשט? ער װעט אױך זײַן געבענטשט.

34 װי עֵשָׂו האָט געהערט די װערטער פֿון זײַן פֿאָטער, אַזױ האָט ער אױסגעשריען אַ זײער גרױס און ביטער געשרײ, און ער האָט געזאָגט צו זײַן פֿאָטער: בענטש מיך אױך, מײַן פֿאָטער. 35 האָט ער געזאָגט: דײַן ברודער איז געקומען מיט באַטרוג, און האָט צוגענומען דײַן ברכה. 36 האָט ער געזאָגט: צי דען רופֿט מען זײַן נאָמען יעקבֿ, װײַל ער האָט מיר שױן צװײ מאָל אױסגענאַרט? מײַן בכוֹרה האָט ער צוגענומען, און אָט האָט ער אַצונד צוגענומען מײַן ברכה. און ער האָט געזאָגט: האָסטו נישט באַהאַלטן פֿאַר מיר אַ ברכה? 37 האָט יִצחָק געענטפֿערט און האָט געזאָגט צו עֵשָׂון: זע, איך האָב אים געמאַכט פֿאַר אַ האַר איבער דיר, און אַלע זײַנע ברידער האָב איך אים געגעבן פֿאַר קנעכט, און מיט תּבֿואה און װײַן האָב איך אים פֿאַרזאָרגט, און פֿאַר דיר, װאָס קען איך דען טאָן, מײַן זון? 38 האָט עֵשָׂו געזאָגט צו זײַן פֿאָטער: איז דאָס די אײנציקע ברכה בײַ דיר, מײַן פֿאָטער? בענטש מיך אױך, מײַן פֿאָטער. און עֵשָׂו האָט אױפֿגעהױבן זײַן קֹול און האָט געװײנט. 39 האָט זײַן פֿאָטער יִצחָק זיך אָפּגערופֿן און האָט צו אים געזאָגט:

זע, װײַט פֿון די פֿעטקײטן פֿון דער ערד װעט זײַן דײַן װױנונג,

און אָן דעם הימלס טױ פֿון אױבן;

40 און אױף דײַן שװערד װעסטו לעבן,

און דײַן ברודער װעסטו דינען;

און עס װעט זײַן, אַז דו װעסט זיך אָפּרײַסן,

װעסטו אַראָפּװאַרפֿן זײַן יאָך פֿון דײַן האַלדז.

41 און עֵשָׂו האָט פֿײַנט געקריגן יעקבֿן איבער דער ברכה װאָס זײַן פֿאָטער האָט אים געבענטשט, און עֵשָׂו האָט געזאָגט בײַ זיך אין האַרצן: זאָלן אָנקומען די טרױערטעג נאָך מײַן פֿאָטער, און איך װעל הרגען מײַן ברודער יעקבֿן.

42 זײַנען דערצײלט געװאָרן רבקהן די װערטער פֿון איר עלטערן זון עֵשָׂון, און זי האָט געשיקט און האָט גערופֿן איר ייִנגערן זון יעקבֿן, און האָט צו אים געזאָגט: זע, דײַן ברודער עֵשָׂו טרײסט זיך װעגן דיר, אַז ער װעט דיך הרגען. 43 און אַצונד, מײַן זון, הער צו מײַן קֹול, און שטײ אױף, אַנטלױף דיר צו מײַן ברודער לָבָֿנען קײן חָרָן. 44 און װעסט זיצן בײַ אים עטלעכע טעג, ביז װאַנען דער גרימצאָרן פֿון דײַן ברודער װעט אָפּגײן; 45 ביז דער כּעס פֿון דײַן ברודער װעט זיך אָפּקערן פֿון דיר, און ער װעט פֿאַרגעסן װאָס דו האָסט אים געטאָן; און איך װעל שיקן, און װעל דיך אָפּנעמען פֿון דאָרטן. נאָך װאָס זאָל איך אָנװערן אײַך בײדן אין אײן טאָג?

46 און רבקה האָט געזאָגט צו יִצחָקן: מײַן לעבן איז מיר נִמאס פֿון װעגן די טעכטער פֿון חֵת; אױב יעקבֿ נעמט אַ װײַב פֿון די טעכטער פֿון חֵת, אַזױ װי די דאָזיקע, פֿון די טעכטער פֿון לאַנד, װאָס טױג מיר דאָס לעבן?

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-18_14-04-22-