1 און דאָס זײַנען די כּהנים און די לוִיִים װאָס זײַנען אַרױפֿגעגאַנגען מיט זרובבֿל דעם זון פֿון שְאַלתּיאֵלן, און יֵשועַן: שׂרָיָה, יִרמיָה, עֶזְרָא; 2 אַמַריָה, מַלוך, חַטוש; 3 שכַניָה, רחום, מרֵמוֹת; 4 עִדוֹא, גִנתױ, אַבֿיָה; 5 מִיָמִן, מַעַדיָה, בלגָה; 6 שמַעיָה, און יוֹיָריבֿ, ידַעְיָה, 7 סַלו, עָמוֹק, חִלקִיָה, ידַעְיָה. די דאָזיקע זײַנען געװען די הױפּטן פֿון די כּהנים און זײערע ברידער אין די טעג פֿון יֵשועַן.
8 און די לוִיִים: יֵשועַ, בנױ, קַדמיאֵל, שֵרֵבֿיָה, יהוּדה, מַתַּניָה אױף די לױבגעזאַנגען, ער און זײַנע ברידער. 9 און בקבוקיָה, און עוני, זײערע ברידער, אַקעגן זײ אין װאַכן. 10 און יֵשועַ האָט געבאָרן יוֹיָקימען, און יוֹיָקים האָט געבאָרן אֶליָשיבֿן, און אֶליָשיבֿ האָט געבאָרן יוֹיָדָען, 11 און יוֹיָדָע האָט געבאָרן יוֹנָתָנען, און יוֹנָתָן האָט געבאָרן יַדועַן.
12 און אין די טעג פֿון יוֹיָקימען זײַנען געװען כּהנים הױפּטן פֿון פֿאָטערהײַזער: פֿון שׂרָיָה, מרָיָה; פֿון יִרמיָה, חַנַניָה; 13 פֿון עֶזְרָא, משולָם; פֿון אַמַריָה, יהוֹחָנָן; 14 פֿון מליכו, יוֹנָתָן; פֿון שבֿניָה, יוֹסף; 15 פֿון חָרִם, עַדנאָ; פֿון מרָיוֹת, חֶלקַי; 16 פֿון עִדוֹא, זכַריָה; פֿון גִנתוֹן, משולָם; 17 פֿון אַבֿיָה, זִכרי; פֿון מִניָמין, פֿון מוֹעַדיָה, פּלטַי; 18 פֿון בלגָה, שַמוּעַ; פֿון שמַעיָה, יהוֹנָתָן; 19 און פֿון יוֹיָריבֿ, מַתּנַי; פֿון ידַעְיָה, עוזי; 20 פֿון סַלַי, קַלַי; פֿון עָמוֹק, עֵבֶֿר; 21 פֿון חִלקִיָה, חַשַבֿיָה; פֿון ידַעְיָה, נתַנאֵל.
22 פֿון די לוִיִים זײַנען אין די טעג פֿון אֶליָשיבֿן, יוֹיָדָען, און יוֹחָנָנען, און יַדועַן, פֿאַרשריבן געװאָרן די הױפּטן פֿון די פֿאָטערהײַזער; דעס גלײַכן פֿון די כּהנים בעת דער מלוכה פֿון דָריָוֶש פֿון פָּרַס. 23 פֿון די קינדער פֿון לֵוִי זײַנען די הױפּטן פֿון די פֿאָטערהײַזער געװען פֿאַרשריבן אין בוך פֿון די צײַטגעשעענישן, און ביז די טעג פֿון יוֹחָנָן דעם זון פֿון אֶליָשיבֿן. 24 און די הױפּטן פֿון די לוִיִים זײַנען געװען: חַשַבֿיָה, שֵרֵבֿיָה, און יֵשועַ דער זון פֿון קַדמיאֵלן, מיט זײערע ברידער אַקעגן זײ, אױף צו דאַנקען און צו לױבן לױט דעם באַפֿעל פֿון דָוִד דעם מאַן פֿון ג-ט, אַ װאַך איבער אַ װאַך. 25 מַתַּניָה, און בקבוקיָה, עוֹבַֿדיָה, משולָם, טַלמוֹן, עַקובֿ, זײַנען געװען היטער, טױערלײַט צו היטן בײַ די זאַמלהײַזער פֿון די טױערן. 26 די דאָזיקע זײַנען געװען אין די טעג פֿון יוֹיָקים דעם זון פֿון יֵשועַ דעם זון פֿון יוֹצָדָקן, און אין די טעג פֿון נחֶמיָה דעם פֿירשט, און עֶזְרָא דעם כּהן, דעם שרײַבער.
27 און בײַ דער באַנײַונג פֿון דער מױער פֿון ירושָלַיִם, האָט מען אױפֿגעזוכט די לוִיִים פֿון אַלע זײערע ערטער, זײ צו ברענגען קײן ירושָלַיִם כּדי צו מאַכן אַ באַנײַונג מיט שׂימחה, און מיט דאַנקגעבונגען, און מיט געזאַנג, מיט צימבלען, גיטאַרן, און האַרפֿן. 28 און די קינדער פֿון די זינגער האָבן זיך אײַנגעזאַמלט אי פֿון דער געגנט אַרום ירושָלַיִם, אי פֿון די דערפֿער פֿון די נטוֹפֿתים; 29 און פֿון בֵית-גִלגָל, און פֿון די פֿעלדער פֿון גֶבַֿע און עַזמָוֶת; װאָרעם די זינגערס האָבן זיך אױפֿגעבױט דערפֿער אַרום ירושָלַיִם. 30 און די כּהנים און די לוִיִים האָבן זיך גערײניקט, און זײ האָבן גערײניקט דאָס פֿאָלק, און די טױערן, און די מױער.
31 און איך האָב אַרױפֿגעבראַכט די האַרן פֿון יהוּדה אױף דער מױער; און איך האָב אײַנגעשטעלט צװײ גרױסע לױב-מחנות און הַקָפֿות רעכטס אױף דער מױער צום מיסטטױער צו. 32 און הינטער זײ איז געגאַנגען הוֹשַעיָה, און אַ העלפֿט פֿון די האַרן פֿון יהוּדה; 33 און עַזַריָה, עֶזְרָא, און משולָם; 34 יהוּדה, און בנימין, און שמַעיָה, און יִרמיָה. 35 און פֿון די קינדער פֿון די כּהנים, מיט טרומײטן: זכַריָה דער זון פֿון יוֹנָתָן דעם זון פֿון שמַעיָה, דעם זון פֿון מַתַּניָה, דעם זון פֿון מיכָיָה, דעם זון פֿון זַכּור, דעם זון פֿון אָסָפֿן; 36 און זײַנע ברידער, שמַעיָה, און עַזַראֵל, מִלְלַי, גִלְלַי, מָעַי, נתַנאֵל, און יהוּדה, חַנָני, מיט די כּלֵי-זֶמֶר פֿון דָוִד דעם מאַן פֿון ג-ט, און עֶזְרָא דער שרײַבער זײ פֿאַרױס. 37 און בײַם קװאַלטױער, און גלײַך אַקעגן זיך, זײַנען זײ אַרױפֿגעגאַנגען מיט די טרעפּ פֿון דָוִדס-שטאָט אױף דעם אַרױפֿגאַנג פֿון דער מױער, איבער דעם הױז פֿון דָוִד, און ביז דעם װאַסערטױער צו מזרח.
38 און די צװײטע לױב-מחנה איז געגאַנגען אַנטקעגן, און איך הינטער איר, מיט אַ העלפֿט פֿון פֿאָלק, אױף דער מױער, איבער דעם טורעם פֿון די אױװנס, און ביז דער ברײטער מױער; 39 און איבער דעם טױער פֿון אפֿרים, און איבער דעם אַלטן טױער, און איבער דעם פֿישטױער, און דעם טורעם פֿון חַנַנאֵל, און דעם טורעם פֿון הַמֵאָה, און ביז דעם שאָפֿטױער; און זײ האָבן זיך אָפּגעשטעלט בײַם טױער פֿון דער װאַך. 40 און די צװײ לױב-מחנות האָבן זיך אױסגעשטעלט אין הױז פֿון האלֹקים, און איך, און אַ העלפֿט פֿון די פֿאָרשטײער מיט מיר; 41 און די כּהנים, אֶליָקים, מַעֲשֵׂיָה, מִניָמין, מיכָיָה, אֶליוֹעֵינַי, זכַריָה, חַנַניָה, מיט טרומײטן; 42 און מַעֲשֵׂיָה, און שמַעיָה, און אֶלעָזָר, און עוזי, און יהוֹחָנָן, און מַלכִּיָה, און עֵילָם, און עֵזֶר. און די זינגערס האָבן געזונגען אין דער הײך, און יִזֶרַחיָה איז געװען דער אױפֿזעער. 43 און זײ האָבן געשלאַכט אין יענעם טאָג גרױסע שלאַכטאָפּפֿער, װאָרעם זײ האָבן זיך געפֿרײט, װײַל האלֹקים האָט זײ דערפֿרײט אַ גרױסע פֿרײד, און אױך די װײַבער און די קינדער האָבן זיך געפֿרײט; און די שׂימחה פֿון ירושָלַיִם האָט זיך געהערט ביז אין דער װײַטן.
44 און אין יענעם טאָג זײַנען אױפֿגעזעצט געװאָרן מענטשן אױף די קאַמערן פֿאַר די שאַצן, פֿאַר די אָפּשײדונגען, פֿאַר די ערשטפֿרוכטן, און פֿאַר די מעֲשׂרות, כּדי אײַנצוזאַמלען אין זײ, לױט די פֿעלדער פֿון די שטעט, די אָפּגאָבן פֿון דער תּורה פֿאַר די כּהנים און פֿאַר די לוִיִים; װאָרעם יהוּדה האָט זיך געפֿרײט מיט די כּהנים און מיט די לוִיִים װאָס זײַנען דאָרטן געשטאַנען. 45 און זײ האָבן געהיט די היטונג פֿון זײער ג-ט, און די היטונג פֿון רײניקונג; דעס גלײַכן די זינגערס, און די טױערלײַט, לױט דעם באַפֿעל פֿון דָוִדן און זײַן זון שלמהן. 46 װאָרעם נאָך פֿון פֿאַרצײַטן, אין די טעג פֿון דָוִדן און אָסָפֿן זײַנען געװען אײבערזינגערס, און געזאַנגען פֿון לױב און דאַנק צו אלֹקים. 47 און גאַנץ יִשׂרָאֵל אין די טעג פֿון זרובבֿלן, און אין די טעג פֿון נחֶמיָהן, האָבן געגעבן די אָפּגאָבן פֿאַר די זינגערס און די טױערלײַט לױט דעם באַדאַרף פֿון איטלעכן טאָג; און זײ האָבן געהײליקט פֿאַר די לוִיִים, און די לוִיִים האָבן געהײליקט פֿאַר די קינדער פֿון אַהרֹן.