1 און אֶליָשיבֿ דער כּהן-גָדול און זײַנע ברידער די כּהנים זײַנען אױפֿגעשטאַנען און האָבן אױפֿגעבױט דעם שאָפֿטױער; זײ האָבן אים געהײליקט, און אַרײַנגעשטעלט זײַנע טירן; און ביז צום טורעם פֿון הַמֵאָה האָבן זײ אים געהײליקט, ביז צום טורעם חַנַנאֵל. 2 און לעבן אים האָבן געבױט די מענער פֿון יריחוֹ. און לעבן דעם האָט געבױט זַכּור דער זון פֿון אִמרין.
3 און דעם פֿישטױער האָבן געבױט די זין פֿון הַסנָאָהן; זײ האָבן געלײגט זײַנע באַלקנס, און אַרײַנגעשטעלט זײַנע טירן, זײַנע שלעסער, און זײַנע ריגלען. 4 און לעבן זײ האָט פֿאַרריכט מרֵמוֹת דער זון פֿון אוּרִיה דעם זון פֿון הַקוֹצן. און לעבן זײ האָט פֿאַרריכט משולָם דער זון פֿון ברֶכיָה דעם זון פֿון משֵיזַבֿאֵלן. און לעבן זײ האָט פֿאַרריכט צָדוֹק דער זון פֿון בַעַנאָן. 5 און לעבן זײ האָבן פֿאַרריכט די תּקוֹעִים; אָבער זײערע גרױסע לײַט האָבן נישט אַרײַנגעטאָן זײער נאַקן אין דעם דינסט פֿון זײער האַר.
6 און דעם אַלטן טױער האָט פֿאַרריכט יוֹיָדָע דער זון פֿון פָּסֵחַן, און משולָם דער זון פֿון בסוֹדיָהן; זײ האָבן געלײגט זײַנע באַלקנס, און אַרײַנגעשטעלט זײַנע טירן און זײַנע שלעסער און זײַנע ריגלען. 7 און לעבן זײ האָט פֿאַרריכט מלַטיָה דער גִבֿעוֹני, און יָדוֹן דער מֵרוֹנוֹתי, די מענטשן פֿון גִבֿעוֹן און פֿון מִצפָּה, װאָס האָבן געהערט צו דעם טראָן פֿון דעם פֿירשט פֿון יענער זײַט טײַך. 8 און לעבן דעם האָט פֿאַרריכט עוזיאֵל דער זון פֿון חַרהַיָהן, פֿון די גאָלדשמידן; און לעבן אים האָט פֿאַרריכט חַנַניָה, אַ זון פֿון די בשׂמים-מאַכער; און זײ האָבן באַפֿעסטיקט ירושָלַיִם ביז דער ברײטער מױער. 9 און לעבן זײ האָט פֿאַרריכט רפֿיָה דער זון פֿון חורן, דער האַר פֿון אַ האַלבער געגנט פֿון ירושָלַיִם. 10 און לעבן זײ האָט פֿאַרריכט ידָיָה דער זון פֿון חרומַפֿן, אַקעגן זײַן הױז. און לעבן אים האָט פֿאַרריכט חַטוש דער זון פֿון חַשַבֿניָה. 11 אַ צװײטע שטרעק האָט פֿאַרריכט מַלכִּיָה דער זון פֿון חָרִמען, און חשובֿ דער זון פֿון פַּחַת-מוֹאָבֿן; אױך דעם טורעם פֿון די אױװנס. 12 און לעבן דעם האָט פֿאַרריכט שַלום דער זון פֿון הַלוֹחֵשן, דער האַר פֿון אַ האַלבער געגנט פֿון ירושָלַיִם, ער און זײַנע טעכטער.
13 דעם טױער פֿון טאָל האָט פֿאַרריכט חָנון, און די באַװױנער פֿון זָנוֹחַ; זײ האָבן אים געבױט, און אַרײַנגעשטעלט זײַנע טירן, זײַנע שלעסער, און זײַנע ריגלען; אױך טױזנט אײלן פֿון דער מױער ביז דעם מיסטטױער.
14 און דעם מיסטטױער האָט פֿאַרריכט מַלכִּיָה דער זון פֿון רֵכָבֿן, דער האַר פֿון דער געגנט פֿון בֵית-כֶּרֶם; ער האָט אים געבױט, און אַרײַנגעשטעלט זײַנע טירן, זײַנע שלעסער, און זײַנע ריגלען. 15 און דעם קװאַלטױער האָט פֿאַרריכט שַלון דער זון פֿון כָּל-חוֹזֶהן, דער האַר פֿון דער געגנט פֿון מִצפָּה; ער האָט אים געבױט, און אים צוגעדעקט, און אַרײַנגעשטעלט זײַנע טירן, זײַנע שלעסער, און זײַנע ריגלען; אױך די מױער פֿון דעם טײַך פֿון שֶלַח בײַם גאָרטן פֿון מלך, און ביז די טרעפּ װאָס נידערן אַראָפּ פֿון דָוִדס-שטאָט. 16 נאָך אים האָט פֿאַרריכט נחֶמיָה דער זון פֿון עַזבוקן, דער האַר פֿון אַ האַלבער געגנט פֿון בֵית-צור, ביז אַקעגן די קבֿרים פֿון דָוִד, און ביז דעם געמאַכטן טײַך, און ביז צום הױז פֿון די גיבוֹרים. 17 נאָך אים האָבן פֿאַרריכט די לוִיִים, רחום דער זון פֿון בנין. לעבן אים האָט פֿאַרריכט חַשַבֿיָה דער האַר פֿון אַ האַלבער געגנט פֿון קעִילָה, פֿאַר זײַן געגנט. 18 נאָך אים האָבן פֿאַרריכט זײערע ברידער, בוַי דער זון פֿון חֵנָדָדן, דער האַר פֿון אַ האַלבער געגנט פֿון קעִילָה. 19 און לעבן אים האָט פֿאַרריכט עֵזֶר, דער זון פֿון יֵשועַן, דער האַר פֿון מִצפָּה, אַ צװײטע שטרעק, אַקעגן װוּ מע גײט אַרױף צום װאַפֿנהױז בײַם װינקל. 20 נאָך אים האָט פֿלײַסיק פֿאַרריכט ברוך דער זון פֿון זַכַּין, אַ צװײטע שטרעק, פֿון װינקל ביזן אײַנגאַנג פֿון אֶליָשיבֿ דעם כּהן-גָדולס הױז. 21 נאָך אים האָט פֿאַרריכט מרֵמוֹת דער זון פֿון אוּרִיה דעם זון פֿון הַקוֹצן, אַ צװײטע שטרעק, פֿון דעם אײַנגאַנג פֿון אֶליָשיבֿס הױז און ביזן סוף פֿון אֶליָשיבֿס הױז. 22 און נאָך אים האָבן פֿאַרריכט די כּהנים, די מענטשן פֿון דער געגנט. 23 נאָך דעם האָבן פֿאַרריכט בנימין און חשובֿ אַקעגן זײער הױז. נאָך דעם האָט פֿאַרריכט עַזַריָה דער זון פֿון מַעֲשֵׂיָה דעם זון פֿון עַנַניָהן לעבן זײַן הױז. 24 נאָך אים האָט פֿאַרריכט בנױ דער זון פֿון חֵנָדָדן, אַ צװײטע שטרעק, פֿון עַזַריָהס הױז ביזן װינקל, און ביזן עק. 25 פּלָל דער זון פֿון עוזַין האָט פֿאַרריכט אַקעגן דעם עק, און דעם טורעם װאָס איז אַרױסגערוקט פֿון דעם אױבערשטן הױז פֿון מלך װאָס בײַם הױף פֿון דער װאַך. נאָך אים פּדָיָה דער זון פֿון פּרעוֹשן. – 26 און די נתינים זײַנען געזעסן אין עוֹפֿל ביז קעגן דעם װאַסערטױער צו מזרח און דעם אַרױסגערוקטן טורעם 27 נאָך אים האָבן פֿאַרריכט די תּקוֹעִים אַ צװײטע שטרעק, פֿון אַקעגן דעם גרױסן אַרױסגערוקטן טורעם און ביז דער מױער פֿון עוֹפֿל.
28 איבער דעם פֿערדטױער האָבן פֿאַרריכט די כּהנים, איטלעכער אַקעגן זײַן הױז. 29 נאָך דעם האָט פֿאַרריכט צָדוֹק דער זון פֿון אִמֵרן אַקעגן זײַן הױז. און נאָך אים האָט פֿאַרריכט שמַעיָה דער זון פֿון שכַניָהן, דער היטער פֿון מזרח-טױער. 30 נאָך אים האָט פֿאַרריכט חַנַניָה דער זון פֿון שֶלֶמיָהן, און חָנון דער זעקסטער זון פֿון צָלָפֿן, אַ צװײטע שטרעק. נאָך אים האָט פֿאַרריכט משולָם דער זון פֿון ברֶכיָהן, אַקעגן זײַן קאַמער. 31 נאָך אים האָט פֿאַרריכט מַלכִּיָה, אַ זון פֿון די גאָלדשמידן, ביז דעם הױז פֿון די נתינים און די האַנדלסלײַט, אַקעגן דעם טױער הַמִפֿקָד, און ביז דער אױבערשטוב פֿון װינקל. 32 און צװישן דער אױבערשטוב פֿון װינקל און דעם שאָפֿטױער האָבן פֿאַרריכט די גאָלדשמידן און די קרעמער.
33 און עס איז געװען, װי סַנבֿלַט האָט געהערט אַז מיר בױען די מױער, אַזױ האָט אים געברענט, און ער האָט שטאַרק געצערנט; און ער האָט געשפּעט פֿון די ייִדן. 34 און ער האָט גערעדט פֿאַר זײַנע ברידער און דעם חיל פֿון שוֹמרוֹן, און האָט געזאָגט: װאָס טוען די דאָזיקע צעקראָכענע ייִדן? װעט מען זײ דען לאָזן? װעלן זײ דען קָרְבֳנוֹת שלאַכטן? װעלן זײ עס ענדיקן אין אַ טאָג? װעלן זײ אױפֿלעבן די שטײנער פֿון די הױפֿנס ערד, אַז זײ זײַנען פֿאַרברענט? 35 און טוֹבֿיָה דער עַמוֹני איז געװען לעבן אים, און האָט געזאָגט: אַפֿילו אַז זײ בױען שױן יאָ, װען אַ פֿוקס זאָל אַרױפֿגײן, װעט ער צעברעכן זײער שטײנערנע מױער. 36 הער, אלוקינו, װי מיר זײַנען געװאָרן צו שפּאָט, און קער אום זײער לעסטערונג אױף זײער קאָפּ, און גיב זײ צו רױב אין לאַנד פֿון געפֿאַנגענשאַפֿט; 37 און זאָלסט נישט פֿאַרדעקן זײער זינד, און זײער חטא זאָל נישט פֿאַרמעקט װערן פֿון פֿאַר דיר, װאָרעם זײ האָבן דיך דערצערנט פֿאַר די בױער.
38 אַזױ האָבן מיר געבױט די מױער; און די גאַנצע מױער איז פֿאַרבונדן געװאָרן ביז איר העלפֿטער הײך; װאָרעם דאָס פֿאָלק האָט געהאַט האַרץ צו טאָן.