1 אין יענעם טאָג איז געלײענט געװאָרן פֿון דעם בוך פֿון משהן אין די אױערן פֿון פֿאָלק, און עס איז געפֿונען געװאָרן געשריבן דערין, אַז אַן עַמוֹני און אַ מוֹאָבֿי זאָל נישט קומען אין דער עדה פֿון אלֹקים ביז אױף אײביק, 2 װײַל זײ זײַנען נישט אַקעגנגעקומען די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל מיט ברױט און מיט װאַסער, און זײ האָבן אָנגעדונגען אױף זײ בִלעָמען זײ צו שילטן, נאָר אלוקינו האָט פֿאַרקערט די קללה אין אַ ברכה. 3 און עס איז געװען, װי זײ האָבן געהערט די תּורה, אַזױ האָבן זײ אָפּגעשײדט יעטװעדער מישונג פֿון יִשׂרָאֵל.
4 און פֿאַר דעם האָט אֶליָשיבֿ דער כּהן װאָס איז געװען געשטעלט איבער די קאַמערן פֿון דעם הױז פֿון אלוקינו, אַ קרובֿ פֿון טוֹבֿיָהן, 5 געהאַט געמאַכט פֿאַר אים אַ גרױסע קאַמער, דאָרט װוּ מע האָט פֿריער אַװעקגעלײגט דאָס שפּײַזאָפּפֿער, דעם װײַרעך, און די כּלים, און דעם מעשׂר פֿון תּבֿואה, װײַן, און אײל, װאָס איז באַפֿױלן פֿאַר די לוִיִים, און די זינגערס, און די טױערלײַט, און די אָפּשײדונג פֿאַר די כּהנים. 6 און בעת דעם אַלעם בין איך נישט געװען אין ירושָלַיִם, װאָרעם אין צװײ און דרײַסיקסטן יאָר פֿון אַרתַּחשַסתּאָ, דעם מלך פֿון בָבֿל, בין איך אַװעק צום מלך, און ערשט נאָך אַ פֿאַרלױף פֿון טעג האָב איך זיך אָפּגעבעטן בײַם מלך. 7 און איך בין געקומען קײן ירושָלַיִם, און האָב געמערקט דאָס בײז װאָס אֶליָשיבֿ האָט געטאָן פֿון טוֹבֿיָהס װעגן, אים צו מאַכן אַ קאַמער אין די הױפֿן פֿון הױז פֿון האלֹקים. 8 און מיך האָט זײער געערגערט, און איך האָב אַרױסגעװאָרפֿן אַלע זאַכן פֿון טוֹבֿיָהס הױז דרױסן פֿון דער קאַמער. 9 און איך האָב געהײסן, און מע האָט גערײניקט די קאַמערן, און איך האָב אומגעקערט אַהין די כּלים פֿון הױז פֿון האלֹקים, דאָס שפּײַזאָפּפֿער, און דעם װײַרעך.
10 און איך האָב זיך דערװוּסט אַז די אָפּגאָבן פֿון די לוִיִים זײַנען נישט געגעבן געװאָרן, און די לוִיִים און די זינגערס װאָס האָבן געטאָן די אַרבעט, זײַנען צעלאָפֿן איטלעכער צו זײַן פֿעלד. 11 האָב איך זיך געקריגט מיט די פֿאָרשטײער, און איך האָב געזאָגט: פֿאַר װאָס איז פֿאַרלאָזן געװאָרן דאָס הױז פֿון האלֹקים? און איך האָב זײ אײַנגעזאַמלט, און האָב זײ געשטעלט אױף זײער אָרט. 12 און גאַנץ יהוּדה האָבן געבראַכט מעשׂר פֿון תּבֿואה, און אײל, און װײַן, אין די שאַצקאַמערן. 13 און איך האָב געמאַכט פֿאַר שאַצמײַנסטער איבער די שאַצקאַמערן, שֶלֶמיָה דעם כּהן, און צָדוֹק דעם שרײַבער, און פּדָיָהן פֿון די לוִיִים, און זײ צו דער האַנט, חָנָן דעם זון פֿון זַכּור דעם זון פֿון מַתַּניָהן, װײַל זײ זײַנען געװען פֿאַררעכנט פֿאַר באַגלױבטע; און אױף זײ איז געלעגן אױסצוטײלן צו זײערע ברידער. 14 געדענק מיר, ג-ט מײַנער, פֿאַר דעם, און לאָז נישט אָפּגעמעקט װערן מײַנע גוטע זאַכן װאָס איך האָב געטאָן פֿאַר דעם הױז פֿון מײַן ג-ט, און פֿאַר זײַנע װאַכן.
15 אין יענע טעג האָב איך געזען אין יהוּדה װי מע טרעט קעלטערן אום שבת, און מע ברענגט אַרײַן די סטױגן, און מע לאָדט אָן אױף אײזלען, און אױך װײַן, טרױבן, און פֿײַגן, און אַלערלײ משׂא, און מע ברענגט אין ירושָלַיִם אין טאָג פֿון שבת; און איך האָב זײ געװאָרנט אין דעם טאָג װאָס זײ האָבן פֿאַרקױפֿט שפּײַז. 16 אױך די צוֹרים װאָס האָבן געװױנט אין איר, פֿלעגן ברענגען פֿיש און אַלערלײ סחוֹרה, און פֿאַרקױפֿן אום שבת צו די קינדער פֿון יהוּדה, און אין ירושָלַיִם. 17 האָב איך זיך געקריגט מיט די אַדללײַט פֿון יהוּדה, און איך האָב צו זײ געזאָגט: װאָס איז דאָס פֿאַר אַ שלעכטע זאַך װאָס איר טוט, און פֿאַרשװעכט דעם טאָג פֿון שבת? 18 האָבן נישט אַזױ געטאָן אײַערע עלטערן, און אלוקינו האָט געבראַכט דאָס דאָזיקע גאַנצע בײז אױף אונדז, און אױף דער דאָזיקער שטאָט? און איר מערט נאָך גרימצאָרן אױף יִשׂרָאֵל, מחַלל שבת צו זײַן?
19 און עס איז געװען, װי די טױערן פֿון ירושָלַיִם האָבן אָנגעהױבן װערן טונקל פֿאַר שבת, אַזױ האָב איך געהײסן, און די טירן זײַנען פֿאַרשלאָסן געװאָרן, און איך האָב אָנגעזאָגט, אַז מע זאָל זײ נישט עפֿענען ביז נאָך שבת; און פֿון מײַנע יונגען האָב איך געשטעלט בײַ די טױערן, אַז קײן משׂא זאָל נישט אַרײַנקומען אין טאָג פֿון שבת. 20 און די הענדלער און די פֿאַרקױפֿער פֿון אַלערלײ סחוֹרה האָבן גענעכטיקט דרױסן פֿון ירושָלַיִם אײן מאָל און צװײ מאָל. 21 האָב איך זײ געװאָרנט, און האָב צו זײ געזאָגט: פֿאַר װאָס נעכטיקט איר לעבן דער מױער? אַז איר װעט עס טאָן אַ צװײט מאָל, װעל איך לײגן אַ האַנט אױף אײַך. פֿון יענער צײַט אָן זײַנען זײ נישט געקומען אום שבת. 22 און איך האָב אָנגעזאָגט די לוִיִים, אַז זײ זאָלן זיך רײניקן, און קומען היטן די טױערן, כּדי צו האַלטן הײליק דעם טאָג פֿון שבת. דאָס אױך געדענק מיר, ג-ט מײַנער, און באַשיץ מיך לױט דײַן גרױס גענאָד.
23 אױך האָב איך אין יענע טעג געזען ייִדן װאָס האָבן גענומען אַשדוֹדישע, עַמוֹנישע, מוֹאָבֿישע װײַבער. 24 און זײערע קינדער האָבן האַלב גערעדט אַשדוֹדיש און האָבן נישט געקענט רעדן יהוּדיש, נײַערט לױט דעם לשון פֿון דעם פֿאָלק אָדער יענעם. 25 האָב איך זיך געקריגט מיט זײ, און איך האָב זײ געשאָלטן, און איך האָב געשלאָגן עטלעכע פֿון זײ, און זײ געריסן פֿאַר די האָר. און איך האָב זײ באַשװאָרן בײַ אלֹקים: איר זאָלט נישט געבן אײַערע טעכטער צו זײערע זין, און נישט נעמען פֿון זײערע טעכטער פֿאַר אײַערע זין אָדער פֿאַר אײַך אַלײן. 26 האָט נישט װעגן דעם זיך פֿאַרזינדיקט שלמה דער מלך פֿון יִשׂרָאֵל, װאָס צװישן די פֿיל פֿעלקער איז נישט געװען אַ מלך אַזאַ װי ער, און ער איז געװען באַליבט בײַ זײַן ג-ט, און ג-ט האָט אים געמאַכט פֿאַר אַ מלך איבער גאַנץ יִשׂרָאֵל? אַפֿילו אים האָבן די פֿרעמדע װײַבער געמאַכט זינדיקן. 27 און מיר זאָלן זיך צוהערן צו אײַך צו טאָן דאָס דאָזיקע גרױסע בײז, צו פֿעלשן אָן אלוקינו, צו נעמען פֿרעמדע װײַבער?
28 און אײנער פֿון די זין פֿון יוֹיָדָע דעם זון פֿון אֶליָשיבֿ דעם כּהן-גָדול איז געװען אַן אײדים פֿון סַנבֿלַט דעם חוֹרוֹני, און איך האָב אים אַװעקגעיאָגט פֿון מיר. 29 געדענק זײ, ג-ט מײַנער, פֿאַר די פֿאַראומװערדיקונגען פֿון דער כּהונה, און פֿון דעם ברית פֿון דער כּהונה און די לוִיִים.
30 אַזױ האָב איך זײ גערײניקט פֿון אַלעם פֿרעמדן, און איך האָב אײַנגעשטעלט די װאַכן פֿאַר די כּהנים און פֿאַר די לוִיִים, איטלעכן אױף זײַן אַרבעט; 31 און אױף צו ברענגען האָלץ אין געשטעלטע צײַטן, און פֿאַר די ערשטצײַטיקע פֿרוכטן.
דערמאָן דאָס מיר, ג-ט מײַנער, צום גוטן.