Publicidade

Gênesis 50

1 און יוֹסף איז געפֿאַלן אױף זײַן פֿאָטערס פּנים, און ער האָט געװײנט איבער אים, און האָט אים געקושט. 2 און יוֹסף האָט באַפֿױלן זײַנע קנעכט די רופֿאים אײַנצובאַלזאַמירן זײַן פֿאָטער; און די רופֿאים האָבן אײַנגעבאַלזאַמירט יִשׂרָאֵלן. 3 און עס זײַנען דערפֿילט געװאָרן איבער אים פֿערציק טעג, װאָרעם אַזױ פֿיל טעג מוזן דערפֿילט װערן בײַם אײַנבאַלזאַמירן. און די מִצרַיִם האָבן אים באַװײנט זיבעציק טעג.

4 און אַז די טעג פֿון זײַן באַװײנונג זײַנען אַריבער, האָט יוֹסף גערעדט צו פַּרעהס הױז, אַזױ צו זאָגן: אױב, איך בעט דיך, איך האָב געפֿונען חֵן אין אײַערע אױגן, רעדט, איך בעט אײַך, אין די אױערן פֿון פַּרעהן, אַזױ צו זאָגן: 5 מײַן פֿאָטער האָט מיך באַשװאָרן, אַזױ צו זאָגן: זע, איך שטאַרב; אין מײַן קבֿר װאָס איך האָב מיר געגראָבן אין לאַנד כּנַעַן, דאָרטן זאָלסטו מיך באַגראָבן. און אַצונד, לאָמיך אַרױפֿגײן, איך בעט דיך, און באַגראָבן מײַן פֿאָטער, און זיך אומקערן.

6 האָט פַּרעה געזאָגט: גײ אַרױף, און באַגראָב דײַן פֿאָטער, אַזױ װי ער האָט דיך באַשװאָרן. 7 איז יוֹסף אַרױפֿגעגאַנגען צו באַגראָבן זײַן פֿאָטער, און מיט אים זײַנען אַרױפֿגעגאַנגען אַלע קנעכט פֿון פַּרעהן, די עלטסטע פֿון זײַן הױז, און אַלע עלטסטע פֿון לאַנד מִצרַיִם, 8 און דאָס גאַנצע הױזגעזינט פֿון יוֹספֿן, און זײַנע ברידער, און זײַן פֿאָטערס הױזגעזינט; בלױז זײערע קלײנע קינדער, און זײערע שאָף און זײערע רינדער, האָבן זײ איבערגעלאָזן אין לאַנד גוֹשֶן. 9 אױך רײַטער און רײַטװעגן זײַנען אַרױפֿגעגאַנגען מיט אים, און די מחנה איז געװען זײער גרױס.

10 און זײ זײַנען געקומען ביז דעם דרעש-שײַער פֿון אָטָד װאָס אױף יענער זײַט יַרדן, און האָבן דאָרטן געקלאָגט זײער אַ גרױסע און שװערע קלאָג; און ער האָט געמאַכט אַ טרױער אױף זײַן פֿאָטער זיבן טעג.

11 און דער באַװױנער פֿון לאַנד, דער כּנַעֲני, האָט געזען דעם טרױער בײַ דעם דרעש-שײַער פֿון אָטָד, און זײ האָבן געזאָגט: אַ שװערער טרױער איז דאָס בײַ מִצרַיִם. דערום האָט מען גערופֿן דעם נאָמען דערפֿון אָבֿל-מִצרַיִם, װאָס אױף יענער זײַט יַרדן.

12 און זײַנע זין האָבן געטאָן צו אים אַזױ װי ער האָט זײ באַפֿױלן. 13 און זײַנע זין האָבן אים אַװעקגעטראָגן קײן לאַנד כּנַעַן, און האָבן אים באַגראָבן אין דער הײל פֿון דעם פֿעלד פֿון מַכפֵּלָה, װאָס אבֿרהם האָט אָפּגעקױפֿט מיטן פֿעלד, פֿאַר אַ קבֿר-אײגנטום, פֿון עֶפֿרוֹן דעם חִתּי, פֿאַר מַמרֵא.

14 און יוֹסף האָט זיך אומגעקערט קײן מִצרַיִם, נאָכדעם װי ער האָט באַגראָבן זײַן פֿאָטער, ער און זײַנע ברידער, און אַלע װאָס זײַנען אַרױפֿגעגאַנגען מיט אים צו באַגראָבן זײַן פֿאָטער.

15 און װי יוֹספֿס ברידער האָבן געזען אַז זײער פֿאָטער איז טױט, אַזױ האָבן זײ געזאָגט: אפֿשר װעט אונדז יוֹסף טראָגן אַ שׂינאה, און אומקערן װעט ער אונדז אומקערן אַל דאָס שלעכטס װאָס מיר האָבן אים געטאָן. 16 און זײ האָבן געהײסן זאָגן יוֹספֿן: דײַן פֿאָטער האָט באַפֿױלן פֿאַר זײַן טױט, אַזױ צו זאָגן: 17 אַזױ זאָלט איר זאָגן צו יוֹספֿן: פֿאַרגיב, איך בעט דיך, דעם פֿאַרברעך פֿון דײַנע ברידער און זײער חטא, װאָס זײ האָבן דיר שלעכטס געטאָן. און אַצונד, פֿאַרגיב, איך בעט דיך, דעם פֿאַרברעך פֿון די קנעכט פֿון דײַן פֿאָטערס ג-ט. און יוֹסף האָט געװײנט אַז מע האָט צו אים גערעדט.

18 און זײַנע ברידער זײַנען אױך געגאַנגען און זײַנען אַנידערגעפֿאַלן פֿאַר אים, און האָבן געזאָגט: זע, מיר זײַנען דײַנע קנעכט. 19 האָט יוֹסף צו זײ געזאָגט: איר זאָלט נישט מורא האָבן; בין איך דען אױף דעם אָרט פֿון אלֹקים? 20 װאָרעם איר האָט געמײנט אַ רעה פֿאַר מיר, אָבער אלֹקים האָט עס געמײנט פֿאַר אַ טוֹבֿה, כּדי צו מאַכן אַזױ װי הײַנטיקן טאָג, צו דערהאַלטן בײַם לעבן אַ סך פֿאָלק. 21 און אַצונד, זאָלט איר נישט מורא האָבן; איך װעל אױסהאַלטן אײַך און אײַערע געזינטן. און ער האָט זײ געטרײסט, און זײ גערעדט צום האַרצן.

22 און יוֹסף איז געבליבן אין מִצרַיִם, ער און זײַן פֿאָטערס הױזגעזינט; און יוֹסף האָט געלעבט הונדערט און צען יאָר. 23 און יוֹסף האָט געזען פֿון אפֿרימען אוראײניקלעך; אױך די קינדער פֿון מָכיר, מנַשֶהס זון, זײַנען געבאָרן געװאָרן אױף יוֹספֿס קני.

24 און יוֹסף האָט געזאָגט צו זײַנע ברידער: איך שטאַרב; אָבער דערמאָנען װעט זיך אלֹקים דערמאָנען אָן אײַך, און ער װעט אײַך אױפֿברענגען פֿון דעם היגן לאַנד צו דעם לאַנד װאָס ער האָט צוגעשװאָרן אבֿרהמען, יִצחָקן, און יעקבֿן. 25 און יוֹסף האָט באַשװאָרן די זין פֿון יִשׂרָאֵלן, אַזױ צו זאָגן: דערמאָנען װעט זיך אלֹקים דערמאָנען אָן אײַך; זאָלט איר אױפֿברענגען מײַנע בײנער פֿון דאַנען.

26 און יוֹסף איז געשטאָרבן צו הונדערט און צען יאָר. און מע האָט אים אײַנגעבאַלזאַמירט, און ער איז אַרײַנגעטאָן געװאָרן אין אַן אָרון אין מִצרַיִם.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-18_14-04-22-