Publicidade

Gênesis 29

1 און יעקבֿ האָט אױפֿגעהױבן זײַנע פֿיס, און איז געגאַנגען צו דעם לאַנד פֿון די קינדער פֿון מזרח. 2 און ער האָט אַ קוק געטאָן, ערשט אַ ברונעם איז אין פֿעלד, און זע, דרײַ סטאַדעס שאָף הױערן דאָרטן בײַ אים; װאָרעם פֿון יענעם ברונעם פֿלעגט מען אָנטרינקען די סטאַדעס, און דער שטײן אױפֿן מױל פֿון ברונעם איז געװען גרױס. 3 און אַז דאָרטן האָבן זיך צונױפֿגעזאַמלט אַלע סטאַדעס, האָט מען אַראָפּגעקײַקלט דעם שטײן פֿון דעם מױל פֿון ברונעם, און מע האָט אָנגעטרונקען די שאָף, און אומגעקערט דעם שטײן אױפֿן מױל פֿון דעם ברונעם אױף זײַן אָרט.

4 האָט יעקבֿ צו זײ געזאָגט: פֿון װאַנען זײַט איר, מײַנע ברידער? האָבן זײ געזאָגט: פֿון חָרָן זײַנען מיר. 5 האָט ער צו זײ געזאָגט: קענט איר לָבָֿן דעם זון פֿון נָחוֹרן? האָבן זײ געזאָגט: מיר קענען. 6 האָט ער צו זײ געזאָגט: איז פֿריד צו אים? האָבן זײ געזאָגט: פֿריד; און אָן קומט זײַן טאָכטער רחל מיט די שאָף. 7 האָט ער צו זײ געזאָגט: זעט, דער טאָג איז נאָך גרױס, נאָך נישט צײַט דאָס פֿיך זאָל אײַנגעזאַמלט װערן; טרינקט אָן די שאָף, און גײט פֿיטערט. 8 האָבן זײ געזאָגט: מיר קענען נישט, ביז װאַנען אַלע סטאַדעס װעלן זיך צונױפֿזאַמלען, און מע װעט אַראָפּקײַקלען דעם שטײן פֿון דעם מױל פֿון ברונעם; און מיר װעלן אָנטרינקען די שאָף.

9 װי ער רעדט נאָך מיט זײ, אַזױ איז רחל אונטערגעקומען מיט איר פֿאָטערס שאָף; װאָרעם זי איז געװען אַ פּאַסטוכערין. 10 און עס איז געװען, װי יעקבֿ האָט דערזען רחלען, די טאָכטער פֿון לָבָֿן, זײַן מוטערס ברודער, און די שאָף פֿון לָבָֿן, זײַן מוטערס ברודער, אַזױ האָט יעקבֿ גענענט, און האָט אַראָפּגעקײַקלט דעם שטײן פֿון דעם מױל פֿון ברונעם, און האָט אָנגעטרונקען די שאָף פֿון לָבָֿן, זײַן מוטערס ברודער. 11 און יעקבֿ האָט געקושט רחלען, און האָט אױפֿגעהױבן זײַן קֹול און האָט געװײנט. 12 און יעקבֿ האָט דערצײלט רחלען אַז ער איז איר פֿאָטערס אַן אײגענער, און אַז ער איז רבקהס אַ זון; און זי איז געלאָפֿן, און האָט אָנגעזאָגט איר פֿאָטער.

13 און עס איז געװען, װי לָבָֿן האָט געהערט די הערונג װעגן יעקבֿ, זײַן שװעסטערס זון, אַזױ איז ער אים געלאָפֿן אַנטקעגן, און ער האָט אים געהאַלדזט און אים געקושט, און האָט אים אַרײַנגעבראַכט אין זײַן הױז. און ער האָט דערצײלט לָבָֿנען אַלע יענע געשעענישן. 14 און לָבָֿן האָט צו אים געזאָגט: פֿאַר װאָר, מײַן בײן און מײַן פֿלײש ביסטו. און ער איז געזעסן בײַ אים אַ חודש צײַט.

15 האָט לָבָֿן געזאָגט צו יעקבֿן: צי װײַל דו ביסט מײַנער אַן אײגענער, זאָלסטו מיר דינען אומזיסט? זאָג מיר װאָס איז דײַן לױן. 16 און לָבָֿן האָט געהאַט צװײ טעכטער; דער נאָמען פֿון דער עלטערער איז געװען לאה, און דער נאָמען פֿון דער ייִנגערער רחל. 17 און לאהס אױגן זײַנען געװען שלאַפֿע, און רחל איז געװען שײן אױפֿן געשטאַלט, און שײן אױפֿן פּנים, 18 און יעקבֿ האָט ליב געקריגן רחלען; און ער האָט געזאָגט: איך װעל דיר דינען זיבן יאָר פֿאַר דײַן ייִנגערער טאָכטער רחלען. 19 האָט לָבָֿן געזאָגט: בעסער איך זאָל זי דיר געבן, אײדער איך זאָל זי געבן צו אַן אַנדער מאַן; בלײַב בײַ מיר.

20 און יעקבֿ האָט געדינט פֿאַר רחלען זיבן יאָר, און זײ זײַנען געװען אין זײַנע אױגן אַזױ װי עטלעכע טעג, פֿון זײַן ליבשאַפֿט צו איר. 21 און יעקבֿ האָט געזאָגט צו לָבָֿנען: גיב מיר מײַן װײַב, װאָרעם מײַנע טעג זײַנען דערפֿילט געװאָרן; און איך װעל קומען צו איר.

22 האָט לָבָֿן אײַנגעזאַמלט אַלע מענטשן פֿון דעם אָרט, און ער האָט געמאַכט אַ מאָלצײַט. 23 און עס איז געװען אין אָװנט, האָט ער גענומען זײַן טאָכטער לאהן, און האָט זי געבראַכט צו אים, און ער איז געקומען צו איר. 24 און לָבָֿן האָט איר געגעבן זײַן דינסט זִלפָּהן – פֿאַר אַ דינסט צו זײַן טאָכטער לאהן.

25 און עס איז געװען אין דער פֿרי, ערשט דאָס איז לאה. האָט ער געזאָגט צו לָבָֿנען: װאָס האָסטו מיר דאָ געטאָן? האָב איך נישט געדינט בײַ דיר פֿאַר רחלען, און פֿאַר װאָס האָסטו מיך גענאַרט? 26 האָט לָבָֿן געזאָגט: עס װערט נישט געטאָן אַזױ אין אונדזער מקום, אױסצוגעבן די ייִנגערע פֿאַר דער עלטערער. 27 דערפֿיל די װאָך פֿון דער, און מיר װעלן דיר אױך יענע געבן, פֿאַר דעם דינסט װאָס דו װעסט דינען בײַ מיר נאָך זיבן אַנדערע יאָר.

28 האָט יעקבֿ אַזױ געטאָן, און ער האָט דערפֿילט די װאָך פֿון דער; און ער האָט אים געגעבן זײַן טאָכטער רחלען, אים פֿאַר אַ װײַב. 29 און לָבָֿן האָט געגעבן צו זײַן טאָכטער רחלען זײַן דינסט בִלהָהן פֿאַר אַ דינסט צו איר.

30 און ער איז געקומען אױך צו רחלען. און ער האָט רחלען אױך מער ליב געהאַט פֿון לאהן; און ער האָט געדינט בײַ אים נאָך זיבן אַנדערע יאָר.

31 און ה׳ האָט געזען אַז לאה איז אומבאַליבט, און ער האָט געעפֿנט איר טראַכט; און רחל איז געװען אַן עקרה. 32 און לאה איז טראָגעדיק געװאָרן, און האָט געבאָרן אַ זון, און זי האָט גערופֿן זײַן נאָמען ראובֿן, װײַל זי האָט געזאָגט: יאָ, ה׳ האָט געזען מײַן פּײַן, װאָרעם אַצונד װעט מיך מײַן מאַן ליב האָבן. 33 און זי איז װידער טראָגעדיק געװאָרן, און האָט געבאָרן אַ זון, און זי האָט געזאָגט: װײַל ה׳ האָט געהערט אַז איך בין אומבאַליבט, דערום האָט ער מיר געגעבן אױך דעם דאָזיקן; און זי האָט גערופֿן זײַן נאָמען שִמְעוֹן. 34 און זי איז װידער טראָגעדיק געװאָרן, און האָט געבאָרן אַ זון, און זי האָט געזאָגט: אַצונד דאָס מאָל װעט מײַן מאַן װערן צוגעטאָן צו מיר, װײַל איך האָב אים געבאָרן דרײַ זין; דערום האָט מען גערופֿן זײַן נאָמען לֵוִי. 35 און זי איז װידער טראָגעדיק געװאָרן, און האָט געבאָרן אַ זון, און זי האָט געזאָגט: דאָס מאָל טו איך לױבן ה׳; דערום האָט זי גערופֿן זײַן נאָמען יהוּדה. און זי האָט אױפֿגעהערט געבערן.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-18_14-04-22-