Pular para o conteúdo
Publicidade

תְּהִלִּים 45

1 פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער; אױף שוֹשַנים, פֿון די קינדער פֿון קֹרַח; אַ באַטראַכטונג, אַ געזאַנג פֿון ליבשאַפֿט.

2 עס ייִרט מײַן האַרץ מיטן שײנעם װאָרט,

איך װעל פֿירזאָגן מײַנע לידער צום מלך;

מײַן צונג איז די פּען

פֿון אַ שרײַבער אַ פֿלינקן.

3 ביסט שענער פֿון אַלע מענטשנקינדער,

חן איז אױסגעגאָסן אױף דײַנע ליפּן,

װײַל אלֹקים האָט דיך געבענטשט אױף אײביק.

4 גורט אָן דײַן שװערד אױפֿן לענד, דו גיבור,

דײַן גלאַנץ און דײַן פּראַכט.

5 און אין דײַן פּראַכט באַגליק, רײַט אַרױס,

פֿון װעגן אמת און מילדקײט און גערעכטיקײט,

און זאָל דיר דײַן רעכטע האַנט פֿאָרכטיקס באַװײַזן.

6 דײַנע פֿײַלן געשאַרפֿטע

פֿעלקער זאָלן פֿאַלן אונטער דיר

אין האַרצן פֿון מלכס פֿײַנט!

7 דײַן טראָן, אָ אלֹקים,

איז אױף אײביק און שטענדיק,

אַ צעפּטער פֿון יושר

איז דער צעפּטער פֿון דײַן מלוכה.

8 האָסט ליב געהאַט גערעכטיקײט, און פֿײַנט געהאַט אומרעכט,

דערום האָט דיך אלֹקים, דײַן ג-ט, געזאַלבט

מיט אײל פֿון פֿרײד, איבער דײַנע חבֿרים.

9 מירע און אַלאָען, קאַנײלן זײַנען אַלע דײַנע קלײדער,

פֿון העלפֿאַנדבײן-פּאַלאַצן דערפֿרײען דיך סטרונעס.

10 טעכטער פֿון מלכים זײַנען צװישן דײַנע געליבטע,

דיר צו רעכטס שטײט

די מלכּה אין גינגאָלד פֿון אוֹפֿיר.

11 הער, טאָכטער, און זע, און נײַג צו דײַן אױער,

און פֿאַרגעס דײַן פֿאָלק, און דאָס הױז פֿון דײַן פֿאָטער,

12 און דער מלך װעט גלוסטן דײַן שײנקײט;

װאָרעם ער איז דײַן האַר, דערום בוק זיך צו אים.

13 און, טאָכטער פֿון צוֹר, די רײַכסטע פֿון פֿאָלק

װעלן בעטן דײַן לײַטזעליקײט מיט מִנְחָה.

14 לױטער פּראַכט איז די בת-מלכּה אינעװײניק אין פּאַלאַץ,

פֿון געקעסטלטן גאָלדװעב איר מלבוש.

15 אױף געשטיקטע געװאַנטן װערט זי צום מלך געפֿירט;

הינטער איר יונגפֿרױען, חבֿרטעס אירע, װערן דיר געבראַכט.

16 זײ װערן געפֿירט מיט פֿרײדן און לוסטיקײט,

זײ קומען אין פּאַלאַץ פֿון מלך.

17 אַנשטאָט דײַנע פֿאָטערס װעלן זײַן דײַנע זין;

װעסט זײ אױפֿזעצן פֿאַר האַרן אין גאַנצן לאַנד.

18 איך װעל מאַכן דערמאָנען דײַן נאָמען אױף אַלע דור-דורות,

דערום װעלן פֿעלקער דיך לױבן אױף אײביק און שטענדיק.

Estes versículos te tocaram? Ore agora!

+581 estão orando agora.

Junte-se à corrente de oração.

Veja também