1 פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער; אַל-תַּשחֵת; פֿון דָוִדן אַ מִכתָּם.
2 זענט איר ניט שטום דעם איר זאָלט פֿון גערעכטיקײט רעדן?
אין אמת משפּטים טוט איר, מענטשנקינדער?
3 יאָ, אין האַרצן אַרבעט איר אױס פֿאַרברעכן,
אױף דער ערד פֿירט איר דורך דאָס אומרעכט פֿון אײַערע הענט.
4 די רשעים זײַנען אָפּגעקערט פֿון טראַכט אָן,
פֿון מוטערלײַב אָן בלאָנדזשען די ליגנזאָגערס.
5 אַ גיפֿט איז בײַ זײ גלײַך װי גיפֿט פֿון אַ שלאַנג;
װי דער טױבער נאָטער װאָס פֿאַרשטאָפּט זײַן אױער,
6 װאָס הערט נישט צו דעם קֹול פֿון באַשװערער,
פֿון דעם קליגסטן שפּרעכער פֿון שפּרוכן.
7 אלֹקים, צעברעך זײערע צײן אין זײער מױל,
די באַקצײן פֿון די יונגלײבן האַק אױס, ה׳.
8 זאָלן זײ צעגײן װי װאַסער װאָס צעלױפֿט זיך;
שפּאַנט ער זײַנע פֿײַלן, זאָלן זײ װי אָפּגעשניטן װערן.
9 װי אַ צעקראָכענע שנעק זאָל ער פֿאַרגײן,
װי אַ מפּיל, װי אַ קראָט, װאָס האָבן די זון נישט געזען.
10 אײדער אײַערע טעפּ װעלן דערשפּירן די דערנער,
זאָל ער עס אַװעקשטורעמען, דאָס רױע װי דאָס צוגעברענטע.
11 דער צדיק װעט זיך פֿרײען, אַז ער זעט נקמה,
זײַנע טריט װעט ער װאַשן אין בלוט פֿון דעם רשע.
12 און מענטשן װעלן זאָגן: יאָ, עס איז דאָ אַ פֿרוכט פֿאַרן צדיק;
יאָ, פֿאַראַן אַ אלֹקים װאָס משפּט אױף דער ערד.