1 ה׳ טוט קיניגן;
ער האָט זיך מיט גרױסקײט באַקלײדט;
ה׳ האָט זיך אָנגעקלײדט,
מיט שטאַרקײט זיך אָנגעגורט;
אױך איז באַפֿעסטיקט די װעלט,
זי זאָל זיך נישט װאַקלען.
2 פֿעסט שטײט דײַן טראָן פֿון אַ מאָל,
פֿון אײביק אָן ביסטו.
3 די טײַכן, ה׳, האָבן אױפֿגעהױבן,
די טײַכן האָבן אױפֿגעהױבן זײער קֹול;
די טײַכן הײבן אױף זײער גערױש.
4 מער פֿון די קוֹלות פֿון װאַסערן גרױסע,
פֿון מאַכטיקע אינדן פֿון ים,
איז מאַכטיק ה׳ אין דער הײך.
5 דײַנע צײגנים זײַנען זיכער ביז גאָר;
פֿאַר דײַן הױז פּאַסט זיך הײליקײט, ה׳,
אױף אײביקע טעג.