1 גיט אַ דאַנק צו ה׳, װאָרעם ער איז גוט,
װאָרעם אױף אײביק איז זײַן חֶסֶד.
2 זאָל נון זאָגן יִשׂרָאֵל:
װאָרעם אױף אײביק איז זײַן חֶסֶד.
3 זאָל נון זאָגן דאָס הױז פֿון אַהרֹן:
װאָרעם אױף אײביק איז זײַן חֶסֶד.
4 זאָלן נון זאָגן די װאָס פֿאָרכטן ה׳:
װאָרעם אױף אײביק איז זײַן חֶסֶד.
5 פֿון ענגעניש האָב איך גערופֿן ה׳,
האָט ה׳ מיר געענטפֿערט מיט דער ברײטערניש.
6 ה׳ איז מיט מיר, איך האָב נישט קײן מורא,
װאָס קען אַ מענטש מיר טאָן?
7 ה׳ איז מיר מײַן העלפֿער,
און איך װעל זען אױף מײַנע שָׂונאים.
8 בעסער זיך באַשיצן אין ה׳,
אײדער זיך פֿאַרזיכערן אױף אַ מענטשן.
9 בעסער זיך באַשיצן אין ה׳,
אײדער זיך פֿאַרזיכערן אױף פֿירשטן.
10 אַלע פֿעלקער האָבן מיך אַרומגערינגלט;
מיט דעם נאָמען פֿון ה׳ אָבער װעל איך זײ פֿאַרשנײַדן.
11 זײ האָבן מיך אַרומגערינגלט, יאָ אַרומגערינגלט האָבן זײ מיך;
מיט דעם נאָמען פֿון ה׳ אָבער װעל איך זײ פֿאַרשנײַדן.
12 זײ האָבן מיך אַרומגערינגלט װי בינען;
זײ זײַנען פֿאַרלאָשן געװאָרן װי פֿײַער פֿון דערנער;
פֿאַר װאָר, מיט דעם נאָמען פֿון ה׳ װעל איך זײ פֿאַרשנײַדן.
13 שטױסן האָסטו מיך געשטױסן צום פֿאַלן,
אָבער ה׳ האָט מיך געהאָלפֿן.
14 מײַן שטאַרקײט און געזאַנג איז ה׳,
און ער איז מיר געװען אַ ישועה.
15 אַ קֹול פֿון געזאַנג און ישועה
איז אין די געצעלטן פֿון די צדיקים;
די רעכטע האַנט פֿון ה׳ טוט גבֿורות.
16 די רעכטע האַנט פֿון ה׳ איז דערהױבן,
די רעכטע האַנט פֿון ה׳ טוט גבֿורות.
17 איך װעל נישט שטאַרבן נאָר לעבן,
און דערצײלן די מעשׂים פֿון ה׳.
18 שטראָפֿן געשטראָפֿט האָט מיך ה׳,
אָבער צום טױט האָט ער מיך נישט געגעבן.
19 עפֿנט מיר די טױערן פֿון גערעכטיקײט,
איך װעל אַרײַנגײן אין זײ, איך װעל דאַנקען ה׳.
20 דאָס איז דער טױער פֿון ה׳,
די גערעכטע זאָלן אַרײַנגײן אין אים.
21 איך דאַנק דיר, װאָרעם האָסט מיר געענטפֿערט,
און ביסט מיר געװען אַ ישועה.
22 דער שטײן װאָס די בױמײַנסטערס האָבן פֿאַרװאַרפֿן,
איז געװאָרן צום הױפּט פֿונעם װינקל.
23 פֿון ה׳ איז דאָס געשען,
װוּנדערלעך איז עס אין אונדזערע אױגן.
24 דאָס איז דער טאָג װאָס ה׳ האָט געמאַכט,
לאָמיר לוסטיק זײַן און זיך פֿרײען אין אים.
25 איך בעט דיך, ה׳, העלף אַנטקעגנקומען!
איך בעט דיך, ה׳, באַגליק נון!
26 געבענטשט דער װאָס קומט אין נאָמען פֿון ה׳!
מיר בענטשן אײַך פֿון ה׳ס הױז.
27 ה׳ איז אֵל, און ער האָט אונדז דערלוכטן;
פֿלעכט אַ טאַנץ מיט צװײַגן
ביז די הערנער פֿון מזבח.
28 מײַן ג-ט ביסטו, און איך װעל דיר דאַנקען;
מײַן ג-ט – װעל איך דיך דערהײבן.
29 גיט אַ דאַנק צו ה׳, װאָרעם ער איז גוט,
װאָרעם אױף אײביק איז זײַן חֶסֶד.