1 פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער, אױף גִתּית; פֿון די קינדער פֿון קֹרַח אַ מיזמור.
2 װי ליבלעך זײַנען דײַנע װױנונגען,
ה׳ צבָֿאוֹת!
3 מײַן זעל גאַרט און גײט אױס
נאָך די הױפֿן פֿון ה׳;
מײַן האַרץ און מײַן לײַב זינגען
צום לעבעדיקן אֵל.
4 אַפֿילו אַ שפּערל געפֿינט אַ הײם,
און אַ שװאַלב אַ נעסט פֿאַר זיך,
װוּ זי טוט אַהין אירע יונגע,
בײַ דײַנע מזבחות, ה׳ צבָֿאוֹת,
מײַן קיניג און מײַן ג-ט.
5 װױל צו די װאָס זיצן אין דײַן הױז;
תּמיד װעלן זײ דיך לױבן.
סֶלָה.
6 װױל צו די מענטשן װאָס זײער שטאַרקײט איז אין דיר,
װאָס דײַנע װעגן זײַנען אין זײער האַרצן.
7 דורכגײענדיק דעם טאָל בָכאָ,
מאַכן זײ אים פֿאַר אַ קװאַל;
יאָ, אַ פֿרירעגן באַקלײדט אים מיט ברכות.
8 זײ גײען פֿון שטאַרקײט צו שטאַרקײט,
זײ װײַזן זיך פֿאַר אלֹקים אין צִיוֹן.
9 ה׳ דו אלֹקים פֿון צבָֿאוֹת, הער צו מײַן תּפֿילה,
פֿאַרנעם, דו אלוקי יעקבֿ.
סֶלָה.
10 אלֹקים אונדזער שילד, זע,
און קוק אױף דעם פּנים פֿון דײַן געזאַלבטן.
11 װאָרעם בעסער אַ טאָג אין דײַנע הױפֿן
אײדער טױזנט;
איך װאָלט אױסגעװײלט שטײן בײַם שװעל אין הױז פֿון מײַן ג-ט,
אײדער װױנען אין געצעלטן פֿון אומרעכט.
12 װאָרעם אַ זון און אַ שילד איז ה׳ אלֹקים,
חן און כּבֿוד גיט ה׳;
ער פֿאַרמײַדט נישט קײן גוטס
פֿון די װאָס גײען אין ערלעכקײט.
13 ה׳ צבָֿאוֹת, װױל צו דעם מענטשן
װאָס פֿאַרזיכערט זיך אױף דיר.