Pular para o conteúdo
Publicidade

תְּהִלִּים 80

1 פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער, אױף שוֹשַנים-עדות; פֿון אָסָפֿן אַ מיזמור.

2 דו פּאַסטוך פֿון יִשׂרָאֵל, פֿאַרנעם;

דו װאָס פֿירסט אַזױ װי שאָף יוֹסף,

דו װאָס זיצסט איבער די כּרובֿים, שײַן אַרױס.

3 פֿאַרױס פֿאַר אפֿרים און בנימין און מנַשֶה

דערװעק דײַן גבֿורה, און קום אונדז צו הילף.

4 אלֹקים, ריכט אונדז װידער אױף,

און דערלײַכט דײַן פּנים, אַז מיר זאָלן געהאָלפֿן װערן.

5 ה׳ דו אלֹקים צבָֿאוֹת,

ביז װאַנען װעסטו צערענען אױף דער תּפֿילה פֿון דײַן פֿאָלק?

6 האָסט זײ געשפּײַזט מיט ברױט פֿון טרערן,

און זײ געמאַכט טרינקען עמערסװײַז טרערן.

7 מאַכסט אונדז צום שטרײַט בײַ אונדזערע שכנים,

און אונדזערע שָׂונאים לאַכן זיך אָן.

8 אלֹקים פֿון צבָֿאוֹת, ריכט אונדז װידער אױף,

און דערלײַכט דײַן פּנים, אַז מיר זאָלן געהאָלפֿן װערן.

9 אַ װײַנשטאָק האָסטו אַרױסגעצױגן פֿון מִצרַיִם,

האָסט פֿאַרטריבן פֿעלקער, און אים אײַנגעפֿלאַנצט.

10 האָסט אָפּגעראַמט פֿאַר אים,

און ער האָט אײַנגעװאָרצלט זײַנע װאָרצלען,

און אָנגעפֿילט דאָס לאַנד.

11 די בערג זײַנען פֿאַרדעקט געװאָרן פֿון זײַן שאָטן,

און זײַנע צװײַגן זײַנען געװען צעדערן פֿון אֵל.

12 ער האָט אַרױסגעלאָזט זײַנע ריטער ביז צום ים,

און ביז צום טײַך זײַנע שפּראָצן.

13 פֿאַר װאָס האָסטו צעבראָכן זײַנע צאַמען,

אַז אַלע װעגגײער זאָלן אים אַרומקלײַבן?

14 דער חזר פֿון װאַלד פֿרעסט אים אָפּ,

און די װידמענונג פֿון פֿעלד פֿיטערט זיך אױף אים.

15 אלֹקים פֿון צבָֿאוֹת, קער זיך אום, איך בעט דיך,

לוג פֿון הימל און זע, און גיב אַכט אױפֿן דאָזיקן װײַנשטאָק,

16 און באַפֿעסטיק דאָס װאָס דײַן רעכטע האָט אײַנגעפֿלאַנצט,

און דערהײב דעם צװײַג װאָס דו האָסט דיר שטאַרק געמאַכט.

17 ער איז פֿון פֿײַער פֿאַרברענט, ער איז אָפּגעשניטן;

פֿון דעם בײזער פֿון דײַן פּנים גײען זײ אונטער.

18 זאָל דײַן האַנט זײַן אױף דעם מאַן פֿון דײַן רעכטער האַנט,

אױף דעם מענטשנקינד װאָס דו האָסט דיר שטאַרק געמאַכט,

19 אַז מיר זאָלן זיך נישט אָפּקערן פֿון דיר;

זאָלסט אונדז אױפֿלעבן, אַז מיר רופֿן דײַן נאָמען.

20 ה׳ דו אלֹקים פֿון צבָֿאוֹת, ריכט אונדז װידער אױף,

דערלײַכט דײַן פּנים, אַז מיר זאָלן געהאָלפֿן װערן.

Todos os capítulos de תְּהִלִּים 150
  1. 1
  2. 2
  3. 3
  4. 4
  5. 5
  6. 6
  7. 7
  8. 8
  9. 9
  10. 10
  11. 11
  12. 12
  13. 13
  14. 14
  15. 15
  16. 16
  17. 17
  18. 18
  19. 19
  20. 20
  21. 21
  22. 22
  23. 23
  24. 24
  25. 25
  26. 26
  27. 27
  28. 28
  29. 29
  30. 30
  31. 31
  32. 32
  33. 33
  34. 34
  35. 35
  36. 36
  37. 37
  38. 38
  39. 39
  40. 40
  41. 41
  42. 42
  43. 43
  44. 44
  45. 45
  46. 46
  47. 47
  48. 48
  49. 49
  50. 50
  51. 51
  52. 52
  53. 53
  54. 54
  55. 55
  56. 56
  57. 57
  58. 58
  59. 59
  60. 60
  61. 61
  62. 62
  63. 63
  64. 64
  65. 65
  66. 66
  67. 67
  68. 68
  69. 69
  70. 70
  71. 71
  72. 72
  73. 73
  74. 74
  75. 75
  76. 76
  77. 77
  78. 78
  79. 79
  80. 80
  81. 81
  82. 82
  83. 83
  84. 84
  85. 85
  86. 86
  87. 87
  88. 88
  89. 89
  90. 90
  91. 91
  92. 92
  93. 93
  94. 94
  95. 95
  96. 96
  97. 97
  98. 98
  99. 99
  100. 100
  101. 101
  102. 102
  103. 103
  104. 104
  105. 105
  106. 106
  107. 107
  108. 108
  109. 109
  110. 110
  111. 111
  112. 112
  113. 113
  114. 114
  115. 115
  116. 116
  117. 117
  118. 118
  119. 119
  120. 120
  121. 121
  122. 122
  123. 123
  124. 124
  125. 125
  126. 126
  127. 127
  128. 128
  129. 129
  130. 130
  131. 131
  132. 132
  133. 133
  134. 134
  135. 135
  136. 136
  137. 137
  138. 138
  139. 139
  140. 140
  141. 141
  142. 142
  143. 143
  144. 144
  145. 145
  146. 146
  147. 147
  148. 148
  149. 149
  150. 150

Estes versículos te tocaram? Ore agora!

+581 estão orando agora.

Junte-se à corrente de oração.