Pular para o conteúdo
Publicidade

תְּהִלִּים 77

1 פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער, פֿאַר ידותון; פֿון אָסָפֿן אַ מיזמור.

2 מײַן קֹול איז צו אלֹקים, און איך שרײַ,

מײַן קֹול איז צו אלֹקים, און פֿאַרנעם צו מיר.

3 אין טאָג פֿון מײַן נױט זוך איך אֲדֹנָי,

מײַן האַנט איז אױסגעשטרעקט בײַ נאַכט אָן אױפֿהער,

מײַן זעל װיל זיך נישט טרײסטן.

4 אַז איך דערמאָן זיך, אלֹקים, טו איך ברומען,

איך קלאָג, און מײַן גײַסט פֿאַרגײט זיך.

סֶלָה.

5 דו האַלטסט צו די ברעמען פֿון מײַנע אױגן;

איך בין צערודערט און קען נישט רעדן.

6 איך טראַכט אָן די טעג פֿון אַ מאָל,

אָן די יאָרן פֿון פֿאַרצײַטן.

7 איך דערמאָן זיך מײַן געזאַנג בײַ נאַכט,

איך רעד מיט מײַן האַרצן,

און עס פֿאָרשט מײַן גײַסט:

8 װעט אױף אײביק אֲדֹנָי פֿאַרלאָזן,

און װעט מער נישט באַװיליקן װידער?

9 איז אױסגעגאַנגען אױף אײביק זײַן חֶסֶד?

איז דער צוזאָג געענדיקט אױף דור-דורות?

10 האָט פֿאַרגעסן צו לײַטזעליקן אֵל?

צי האָט ער אין צאָרן פֿאַרשלאָסן זײַן רַחמָנות?

סֶלָה.

11 דאָך האָב איך געזאָגט: דאָס איז מײַן צרה,

אָבער עס קענען זיך ענדערן די יאָרן פֿון דער רעכטער האַנט פֿונעם העכסטן.

12 איך דערמאָן די אױפֿטוען פֿון ה׳,

יאָ, איך דערמאָן דײַנע װוּנדער פֿון פֿאַרצײַטן.

13 און איך טראַכט אָן אַל דײַן װערק,

און אָן דײַנע טוּונגען טו איך קלערן.

14 אלֹקים, אין הײליקײט איז דײַן װעג;

װער איז אַ גרױסער אֵל װי אלֹקים?

15 דו ביסט הָאֵל װאָס טוט װוּנדער,

האָסט געלאָזט װיסן צװישן די פֿעלקער דײַן שטאַרקײט.

16 האָסט אױסגעלײזט מיטן אָרעם דײַן פֿאָלק,

די קינדער פֿון יעקבֿ און יוֹסף.

סֶלָה.

17 געזען האָבן דיך די װאַסערן, אלֹקים,

געזען האָבן דיך די װאַסערן, האָבן זײ װײען געקריגן,

און געציטערט האָבן די תּהומען.

18 געפֿלײצט װאַסער האָבן די װאָלקנס,

אַ קֹול האָבן אַרױסגעלאָזט די הימלען,

און דײַנע פֿײַלן זײַנען אומגעלאָפֿן.

19 דער קֹול פֿון דײַן דונער איז געװען אין דעם װירבל-װינט,

בליצן האָבן באַלוכטן די װעלט,

געציטערט און געשטורעמט האָט די ערד.

20 דורכן ים איז געװען דײַן װעג,

און דײַן שטעג דורך װאַסערן גרױסע,

און דײַנע טריט זײַנען נישט געמערקט געװאָרן.

21 האָסט געפֿירט אַזױ װי שאָף דײַן פֿאָלק,

דורך דער האַנט פֿון משהן און אַהרֹנען.

Todos os capítulos de תְּהִלִּים 150
  1. 1
  2. 2
  3. 3
  4. 4
  5. 5
  6. 6
  7. 7
  8. 8
  9. 9
  10. 10
  11. 11
  12. 12
  13. 13
  14. 14
  15. 15
  16. 16
  17. 17
  18. 18
  19. 19
  20. 20
  21. 21
  22. 22
  23. 23
  24. 24
  25. 25
  26. 26
  27. 27
  28. 28
  29. 29
  30. 30
  31. 31
  32. 32
  33. 33
  34. 34
  35. 35
  36. 36
  37. 37
  38. 38
  39. 39
  40. 40
  41. 41
  42. 42
  43. 43
  44. 44
  45. 45
  46. 46
  47. 47
  48. 48
  49. 49
  50. 50
  51. 51
  52. 52
  53. 53
  54. 54
  55. 55
  56. 56
  57. 57
  58. 58
  59. 59
  60. 60
  61. 61
  62. 62
  63. 63
  64. 64
  65. 65
  66. 66
  67. 67
  68. 68
  69. 69
  70. 70
  71. 71
  72. 72
  73. 73
  74. 74
  75. 75
  76. 76
  77. 77
  78. 78
  79. 79
  80. 80
  81. 81
  82. 82
  83. 83
  84. 84
  85. 85
  86. 86
  87. 87
  88. 88
  89. 89
  90. 90
  91. 91
  92. 92
  93. 93
  94. 94
  95. 95
  96. 96
  97. 97
  98. 98
  99. 99
  100. 100
  101. 101
  102. 102
  103. 103
  104. 104
  105. 105
  106. 106
  107. 107
  108. 108
  109. 109
  110. 110
  111. 111
  112. 112
  113. 113
  114. 114
  115. 115
  116. 116
  117. 117
  118. 118
  119. 119
  120. 120
  121. 121
  122. 122
  123. 123
  124. 124
  125. 125
  126. 126
  127. 127
  128. 128
  129. 129
  130. 130
  131. 131
  132. 132
  133. 133
  134. 134
  135. 135
  136. 136
  137. 137
  138. 138
  139. 139
  140. 140
  141. 141
  142. 142
  143. 143
  144. 144
  145. 145
  146. 146
  147. 147
  148. 148
  149. 149
  150. 150

Estes versículos te tocaram? Ore agora!

+581 estão orando agora.

Junte-se à corrente de oração.