1 אַ מיזמור פֿון דָוִדן.
ה׳, הער מײַן תּפֿילה, פֿאַרנעם מײַנע געבעטן,
אין דײַן טרײַשאַפֿט ענטפֿער מיר, אין דײַן גערעכטיקײט.
2 און זאָלסט נישט גײן אין משפּט מיט דײַן קנעכט,
װאָרעם קײן לעבעדיקער קען נישט גערעכט זײַן פֿאַר דיר.
3 װאָרעם דער פֿײַנט האָט גערודפֿט מײַן זעל,
ער האָט צוגעדריקט צו דער ערד מײַן לעבן,
ער האָט מיך אַרײַנגעזעצט אין פֿינצטערנישן,
װי געשטאָרבענע פֿון לאַנג אָן.
4 און מײַן געמיט פֿאַרגײט אין מיר,
מײַן האַרץ װערט באַנומען אין מיר.
5 איך האָב זיך דערמאָנט די טעג פֿון אַ מאָל,
איך האָב געטראַכט אָן אַל דײַן טוּונג;
אָן דעם װערק פֿון דײַנע הענט טו איך קלערן.
6 איך האָב אױסגעשפּרײט מײַנע הענט צו דיר,
מײַן זעל װי אַ פֿאַרשמאַכט לאַנד צו דיר.
סֶלָה.
7 ענטפֿער מיר גיך, ה׳, מײַן געמיט גײט אױס;
זאָלסט נישט פֿאַרבאָרגן דײַן פּנים פֿון מיר,
אַזיסט װעל איך געגליכן זײַן צו די גענידערטע אין גרוב.
8 לאָז מיך הערן אין פֿרימאָרגן דײַן חֶסֶד,
װאָרעם אױף דיר האָב איך מיך פֿאַרזיכערט.
לאָז מיך װיסן דעם װעג װאָס איך זאָל גײן,
װאָרעם צו דיר האָב איך אױפֿגעהױבן מײַן זעל.
9 זײַ מיך מציל, ה׳, פֿון מײַנע פֿײַנט;
בײַ דיר האָב איך מיך פֿאַרבאָרגן.
10 לערן מיך צו טאָן דײַן רָצון,
װאָרעם דו ביסט מײַן ג-ט;
דײַן גוטער גײַסט זאָל מיך פֿירן אױף אַ גלײַכן לאַנד.
11 פֿון דײַן נאָמען װעגן, ה׳, זאָלסטו מיך אױפֿלעבן,
אין דײַן גערעכטיקײט זאָלסטו אַרױסציען פֿון נױט מײַן זעל.
12 און אין דײַן חֶסֶד זאָלסטו פֿאַרשנײַדן מײַנע פֿײַנט,
און אונטערברענגען אַלע װאָס דריקן מײַן זעל,
װאָרעם איך בין דײַן קנעכט.