1 פֿרײט זיך צדיקים, מיט ה׳,
שײן פֿאַר די רעכטפֿאַרטיקע איז לױבונג.
2 גיט אַ דאַנק צו ה׳ אױף אַ האַרף,
אױף אַ גיטאַר פֿון צען סטרונעס שפּילט צו אים.
3 זינגט צו אים אַ נײַ געזאַנג,
שפּילט װױל מיט געשאַל.
4 װאָרעם רעכטפֿאַרטיק איז דאָס װאָרט פֿון ה׳
און זײַן יעטװעדער טוּונג איז מיט טרײַשאַפֿט.
5 ער האָט ליב רעכט און גערעכטיקײט,
מיט דעם חֶסֶד פֿון ה׳ איז פֿול די ערד.
6 דורך דעם װאָרט פֿון ה׳ זײַנען די הימלען געמאַכט געװאָרן,
און דורך דעם רוּחַ פֿון זײַן מױל זײער גאַנצער חיל.
7 ער זאַמלט װי אַ סטױג די װאַסערן פֿון ים,
ער טוט אַרײַן אין שפּײַכלערס די תּהומען.
8 מורא פֿאַר ה׳ האָט די גאַנצע ערד,
פֿאַר אים פֿאָרכטן אַלע באַװױנער פֿון דער װעלט.
9 װאָרעם ער זאָגט, און עס געשעט,
ער באַפֿעלט, און עס באַשטײט.
10 ה׳ פֿאַרשטערט דעם באַראָט פֿון די פֿעלקער,
ער פֿאַרװערט די מחשבֿות פֿון די אומות.
11 דער באַראָט פֿון ה׳ װעט אױף אײביק באַשטײן,
די טראַכטונגען פֿון זײַן האַרצן אױף דור-דורות.
12 װױל צו דעם פֿאָלק װאָס ה׳ איז זײַן ג-ט,
צו דער אומה װאָס ער האָט געװײלט זיך צום אַרב.
13 פֿון הימל לוגט ה׳,
ער זעט אַלע מענטשנקינדער;
14 פֿון דעם אָרט פֿון זײַן װױנונג
באַטראַכט ער אַלע באַװױנער פֿון דער ערד;
15 ער װאָס פֿורעמט זײער אַלעמענס האַרץ,
װאָס פֿאַרשטײט אַלע זײערע מעשׂים.
16 אַ מלך װערט נישט געהאָלפֿן דורך פֿיל חיל,
אַ גיבור װערט נישט ניצול דורך גרױס כּוֹח;
17 אַן אָפּנאַר איז דער פֿערד פֿאַר הילף,
און מיט זײַן גרױס כּוֹח װעט ער נישט מאַכן אַנטרינען.
18 זע, דאָס אױג פֿון ה׳ איז אױף די װאָס פֿאָרכטן אים,
אױף די װאָס האָפֿן צו זײַן חֶסֶד,
19 מציל צו זײַן פֿון טױט זײער זעל,
און זײ צו דערהאַלטן אין הונגער.
20 אונדזער זעל האָט געהאַרט אױף ה׳,
אונדזער הילף און אונדזער שילד איז ער.
21 װאָרעם מיט אים פֿרײט זיך אונדזער האַרץ,
װאָרעם אױף זײַן הײליקן נאָמען האָבן מיר זיך פֿאַרזיכערט.
22 זאָל דײַן חֶסֶד, ה׳, זײַן אױף אונדז,
אַזױ װי מיר האָבן געהאָפֿט צו דיר.