Pular para o conteúdo
Publicidade

תְּהִלִּים 59

1 פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער; אַל-תַּשחֵת; פֿון דָוִדן אַ מִכתָּם, װען שָאול האָט געשיקט, און מע האָט געהיט דאָס הױז, כּדי אים צו טײטן.

2 זײַ מיך מציל פֿון מײַנע פֿײַנט, מײַן ג-ט,

פֿון די װאָס שטײען אָן אױף מיר זאָלסטו מיך באַשיצן.

3 זײַ מיך מציל פֿון די װאָס טוען אומרעכט,

און פֿון בלוטיקע לײַט טו מיך העלפֿן.

4 װאָרעם זע, זײ האָבן געלױערט אױף מײַן זעל;

עס קלײַבן זיך די פֿאַרשײַטע אױף מיר;

נישט פֿאַר מײַן פֿאַרברעך און נישט פֿאַר מײַן חטא, ה׳.

5 אָן אַ זינד פֿון מיר, לױפֿן זײ און ברײטן זיך אָן;

דערװעק זיך מיר אַנטקעגן, און זע.

6 דו ביסט דאָך ה׳ אלֹקים צבָֿאוֹת,

אלוקי יִשׂרָאֵל,

װאַך אױף זיך צו רעכענען מיט אַלע פֿעלקער;

נישט לײַטזעליקן זאָלסטו אַלע אומגערעכטע פֿעלשער.

סֶלָה.

7 אַלע אָװנט קומען זײ װידער,

זײ װױען װי אַ הונט,

און דרײען זיך אום אין שטאָט.

8 זע, זײ גײַװערען מיט זײער מױל;

שװערדן זײַנען אין זײערע ליפּן;

װאָרעם: װער הערט דען?

9 אָבער דו ה׳ טוסט לאַכן פֿון זײ,

טוסט שפּאָטן פֿון אַלע פֿעלקער.

10 מײַן שטאַרקײט, אױף דיר װעל איך װאַרטן;

װאָרעם אלֹקים איז מײַן פֿעסטונג.

11 דער ג-ט פֿון מײַן גענאָד װעט מיר אַנטקעגן קומען,

אלֹקים װעט מיך לאָזן זען אױף מײַנע לױערער.

12 נישט הרגען זאָלסטו זײ, כּדי מײַן פֿאָלק זאָל נישט פֿאַרגעסן;

צעטרײסל זײ מיט דײַן מאַכט, און װאַרף זײ אַנידער,

אָ אֲדֹנָי אונדזער שילד.

13 פֿאַר דער זינד פֿון זײער מױל, דעם גערײד פֿון זײערע ליפּן,

זאָלן זײ באַצװוּנגען װערן אין זײער גאװה,

און פֿאַר די קללות און פֿאַר די ליגנס װאָס זײ רעדן.

14 פֿאַרלענד אין גרימצאָרן,

פֿאַרלענד אַז זײ זאָלן מער נישט זײַן,

און זאָל מען װיסן אַז אלֹקים געװעלטיקט אין יעקבֿ,

ביז די עקן פֿון דער ערד.

סֶלָה.

15 יאָ, אַלע אָװנט קומען זײ װידער,

זײ װױען װי אַ הונט,

און דרײען זיך אום אין שטאָט.

16 זײ װאַנדערן אַרום צו פֿאַרצערן,

און בלײַבן אַ גאַנצע נאַכט ביז זײ װערן נישט זאַט.

17 אָבער איך װעל באַזינגען דײַן שטאַרקײט,

און װעל שאַלן פֿרימאָרגנס דײַן חֶסֶד.

װאָרעם דו ביסט מיר געװען אַ פֿעסטונג,

און אַן אַנטרינונג אין טאָג פֿון מײַן נױט.

18 מײַן שטאַרקײט, צו דיר װעל איך זינגען,

װאָרעם אלֹקים איז מײַן פֿעסטונג, דער אלֹקים פֿון מײַן גענאָד.

Todos os capítulos de תְּהִלִּים 150
  1. 1
  2. 2
  3. 3
  4. 4
  5. 5
  6. 6
  7. 7
  8. 8
  9. 9
  10. 10
  11. 11
  12. 12
  13. 13
  14. 14
  15. 15
  16. 16
  17. 17
  18. 18
  19. 19
  20. 20
  21. 21
  22. 22
  23. 23
  24. 24
  25. 25
  26. 26
  27. 27
  28. 28
  29. 29
  30. 30
  31. 31
  32. 32
  33. 33
  34. 34
  35. 35
  36. 36
  37. 37
  38. 38
  39. 39
  40. 40
  41. 41
  42. 42
  43. 43
  44. 44
  45. 45
  46. 46
  47. 47
  48. 48
  49. 49
  50. 50
  51. 51
  52. 52
  53. 53
  54. 54
  55. 55
  56. 56
  57. 57
  58. 58
  59. 59
  60. 60
  61. 61
  62. 62
  63. 63
  64. 64
  65. 65
  66. 66
  67. 67
  68. 68
  69. 69
  70. 70
  71. 71
  72. 72
  73. 73
  74. 74
  75. 75
  76. 76
  77. 77
  78. 78
  79. 79
  80. 80
  81. 81
  82. 82
  83. 83
  84. 84
  85. 85
  86. 86
  87. 87
  88. 88
  89. 89
  90. 90
  91. 91
  92. 92
  93. 93
  94. 94
  95. 95
  96. 96
  97. 97
  98. 98
  99. 99
  100. 100
  101. 101
  102. 102
  103. 103
  104. 104
  105. 105
  106. 106
  107. 107
  108. 108
  109. 109
  110. 110
  111. 111
  112. 112
  113. 113
  114. 114
  115. 115
  116. 116
  117. 117
  118. 118
  119. 119
  120. 120
  121. 121
  122. 122
  123. 123
  124. 124
  125. 125
  126. 126
  127. 127
  128. 128
  129. 129
  130. 130
  131. 131
  132. 132
  133. 133
  134. 134
  135. 135
  136. 136
  137. 137
  138. 138
  139. 139
  140. 140
  141. 141
  142. 142
  143. 143
  144. 144
  145. 145
  146. 146
  147. 147
  148. 148
  149. 149
  150. 150

Estes versículos te tocaram? Ore agora!

+581 estão orando agora.

Junte-se à corrente de oração.