Pular para o conteúdo
Publicidade

תְּהִלִּים 66

1 פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער; אַ געזאַנג, אַ מיזמור.

שאַלט צו אלֹקים, די גאַנצע ערד,

2 באַזינגט די פּראַכט פֿון זײַן נאָמען,

מאַכט פּראַכטיק זײַן לױב.

3 זאָגט צו אלֹקים: װי פֿאָרכטיק איז דײַן װערק!

דורך דײַן גרױס שטאַרקײט גײען אײַן פֿאַר דיר דײַנע פֿײַנט.

4 די גאַנצע ערד זאָל זיך בוקן צו דיר

און זינגען צו דיר;

זײ זאָלן באַזינגען דײַן נאָמען.

סֶלָה.

5 קומט און זעט די מעשׂים פֿון אלֹקים;

ער איז פֿאָרכטיק אין טוּונג פֿאַר די מענטשנקינדער.

6 ער האָט פֿאַרקערט דעם ים אין יבשה,

צו פֿוס זײַנען זײ אַריבער דעם טײַך;

דענצמאָל האָבן מיר זיך געפֿרײט מיט אים.

7 ער געװעלטיקט מיט זײַן גבֿורה אײביק,

זײַנע אױגן קוקן אױף די פֿעלקער;

זאָלן די אָפּקערער זיך נישט דערהײבן.

סֶלָה.

8 לױבט, איר פֿעלקער, אלוקינו,

און לאָזט הערן דעם קֹול פֿון זײַן לױב;

9 דער װאָס דערהאַלט אונדזער זעל בײַם לעבן,

און האָט נישט געלאָזט זיך אױסגליטשן אונדזער פֿוס.

10 װאָרעם האָסט אונדז געפּרוּװט, אלֹקים;

האָסט אונדז געלײַטערט װי מע לײַטערט זילבער.

11 האָסט אונדז געבראַכט אין אַ פֿעסטונג נעץ,

האָסט אַרױפֿגעטאָן אַ דריקונג אױף אונדזערע לענדן.

12 האָסט געלאָזט רײַטן אַ מענטשן אױף אונדזער קאָפּ,

מיר זײַנען געקומען אין פֿײַער און אין װאַסער,

אָבער דו האָסט אונדז אַרױסגעצױגן אין זעטיקײט.

13 איך װעל קומען אין דײַן הױז מיט בראַנדאָפּפֿער,

איך װעל דיר באַצאָלן מײַנע נדרים,

14 װאָס מײַנע ליפּן האָבן אַרױסגעלאָזט,

און מײַן מױל האָט צוגעזאָגט אין מײַן נױט.

15 פֿעטע בראַנדאָפּפֿער װעל איך דיר אױפֿברענגען,

מיט דעמפֿונג פֿון װידערס;

איך װעל מאַכן רינדער מיט בעק.

סֶלָה.

16 קומט הערט, אַלע יראי ה׳,

און איך װעל דערצײלן װאָס ער האָט געטאָן צו מײַן זעל.

17 איך האָב גערופֿן צו אים מיט מײַן מױל,

און ער איז געװען דערהױבן אױף מײַן צונג.

18 װען איך װאָלט אױסגעװײלט אומרעכט אין מײַן האַרצן,

װאָלט נישט צוגעהערט אֲדֹנָי.

19 אָבער אלֹקים האָט צוגעהערט,

ער האָט פֿאַרנומען דעם קֹול פֿון מײַן תּפֿילה.

20 געלױבט איז אלֹקים װאָס ער האָט נישט אָפּגעטאָן מײַן תּפֿילה,

און זײַן חֶסֶד פֿון מיר.

Todos os capítulos de תְּהִלִּים 150
  1. 1
  2. 2
  3. 3
  4. 4
  5. 5
  6. 6
  7. 7
  8. 8
  9. 9
  10. 10
  11. 11
  12. 12
  13. 13
  14. 14
  15. 15
  16. 16
  17. 17
  18. 18
  19. 19
  20. 20
  21. 21
  22. 22
  23. 23
  24. 24
  25. 25
  26. 26
  27. 27
  28. 28
  29. 29
  30. 30
  31. 31
  32. 32
  33. 33
  34. 34
  35. 35
  36. 36
  37. 37
  38. 38
  39. 39
  40. 40
  41. 41
  42. 42
  43. 43
  44. 44
  45. 45
  46. 46
  47. 47
  48. 48
  49. 49
  50. 50
  51. 51
  52. 52
  53. 53
  54. 54
  55. 55
  56. 56
  57. 57
  58. 58
  59. 59
  60. 60
  61. 61
  62. 62
  63. 63
  64. 64
  65. 65
  66. 66
  67. 67
  68. 68
  69. 69
  70. 70
  71. 71
  72. 72
  73. 73
  74. 74
  75. 75
  76. 76
  77. 77
  78. 78
  79. 79
  80. 80
  81. 81
  82. 82
  83. 83
  84. 84
  85. 85
  86. 86
  87. 87
  88. 88
  89. 89
  90. 90
  91. 91
  92. 92
  93. 93
  94. 94
  95. 95
  96. 96
  97. 97
  98. 98
  99. 99
  100. 100
  101. 101
  102. 102
  103. 103
  104. 104
  105. 105
  106. 106
  107. 107
  108. 108
  109. 109
  110. 110
  111. 111
  112. 112
  113. 113
  114. 114
  115. 115
  116. 116
  117. 117
  118. 118
  119. 119
  120. 120
  121. 121
  122. 122
  123. 123
  124. 124
  125. 125
  126. 126
  127. 127
  128. 128
  129. 129
  130. 130
  131. 131
  132. 132
  133. 133
  134. 134
  135. 135
  136. 136
  137. 137
  138. 138
  139. 139
  140. 140
  141. 141
  142. 142
  143. 143
  144. 144
  145. 145
  146. 146
  147. 147
  148. 148
  149. 149
  150. 150

Estes versículos te tocaram? Ore agora!

+581 estão orando agora.

Junte-se à corrente de oração.