Pular para o conteúdo
Publicidade

תְּהִלִּים 53

1 פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער; אױף מַחלַת; אַ באַטראַכטונג פֿון דָוִדן.

2 דער נאַר זאָגט אין זײַן האַרצן: נישטאָ קײן אלֹקים!

פֿאַרדאָרבן זײַנען זײ, און מיאוסע אומרעכט טוען זײ;

קײנער טוט נישט קײן גוטס.

3 אלֹקים האָט פֿון הימל געלוגט אױף די מענטשנקינדער,

צו זען אױב פֿאַראַן אַ פֿאַרשטאַנדיקער װאָס זוכט אלֹקים.

4 איטלעכער איז אָפּגעפֿאַלן, אַלע זײַנען זײ פֿאַרדאָרבן,

קײנער טוט נישט קײן גוטס, נישט צו מאָל אײנער.

5 פֿאַר װאָר, האָט דען קײנער נישט פֿאַרשטאַנען פֿון די װאָס טאָן אומרעכט,

װעלכע עסן מײַן פֿאָלק אַזױ װי זײ עסן ברױט, און רופֿן נישט צו אלֹקים?

6 אָן אַנגסטן זײ אין אַנגסט, װוּ קײן אַנגסט איז נישט געװען,

װאָרעם אלֹקים האָט צעשאָטן די בײנער פֿון דײַן באַלעגערער;

האָסט זײ געמאַכט צו שאַנד, װײַל אלֹקים האָט זײ פֿאַראַכט.

7 װען קומט פֿון צִיוֹן די ישועה פֿון יִשׂרָאֵל?

װען אלֹקים קערט אום די געפֿאַנגענשאַפֿט פֿון זײַן פֿאָלק,

װעט לוסטיק זײַן יעקבֿ, װעט זיך פֿרײען יִשׂרָאֵל.

Estes versículos te tocaram? Ore agora!

+581 estão orando agora.

Junte-se à corrente de oração.

Veja também