Pular para o conteúdo
Publicidade

תְּהִלִּים 9

1 פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער, אױף מות-לַבֵן; אַ מיזמור פֿון דָוִדן.

2 איך װעל לױבן ה׳ מיט מײַן גאַנצן האַרצן,

איך װעל דערצײלן אַלע דײַנע װוּנדער.

3 איך װעל זיך פֿרײען און לוסטיק זײַן מיט דיר,

איך װעל באַזינגען דײַן נאָמען, דו עליון;

4 װען מײַנע פֿײַנט קערן זיך אַהינטער,

װערן געשטרױכלט און גײען אונטער פֿאַר דיר,

5 װאָרעם האָסט געטאָן מײַן משפּט און מײַן רעכט,

האָסט זיך געזעצט אױפֿן טראָן, דו ריכטער גערעכטער.

6 האָסט אָנגעשריִען אױף די פֿעלקער,

האָסט אונטערגעבראַכט דעם רשע,

זײער נאָמען האָסטו אױסגעמעקט אױף אײביק און שטענדיק.

7 דו פֿײַנט, פֿאַרלענדט זײַנען די חורבֿות אױף תּמיד;

און שטעט האָסטו אױסגעריסן,

זײער זָכר איז אונטערגעגאַנגען,

8 אָבער ה׳ װעט אײביק בלײַבן,

ער שטעלט אױף צום משפּט זײַן טראָן;

9 און ער װעט משפּטן די װעלט מיט גערעכטיקײט,

ער װעט דָן זײַן די פֿעלקער מיט יושר.

10 און ה׳ װעט זײַן אַ פֿעסטונג דעם געדריקטן,

אַ פֿעסטונג אין צײַטן פֿון נױט.

11 און פֿאַרזיכערן װעלן זיך אױף דיר די װאָס קענען דײַן נאָמען,

װאָרעם דו פֿאַרלאָזט נישט די װאָס זוכן דיך, ה׳.

12 זינגט צו ה׳, באַװױנער פֿון צִיוֹן,

דערצײלט צװישן די פֿעלקער זײַנע מעשׂים.

13 װאָרעם דער אױפֿמאָנער פֿון בלוט געדענקט זײ,

ער פֿאַרגעסט נישט דאָס געשרײ פֿון די פֿאַרליטענע.

14 לײַטזעליק מיך, ה׳,

זע מײַן פּײַן פֿון מײַנע פֿײַנט,

מײַן דערהײבער פֿון די טױערן פֿון טױט;

15 כּדי איך זאָל דערצײלן אַל דײַן לױב,

אין די טױערן פֿון טאָכטער צִיוֹן מיך פֿרײען מיט דײַן הילף.

16 אײַנגעזונקען זײַנען די פֿעלקער,

אין דער גרוב װאָס זײ האָבן געמאַכט,

אין דער נעץ װאָס זײ האָבן באַהאַלטן

איז באַצװוּנגען זײער פֿוס.

17 ה׳ איז באַװוּסט געװאָרן, ער האָט אַ משפּט געטאָן –

אין דעם װערק פֿון זײַנע הענט איז געשטרױכלט געװאָרן דער רשע.

הִגָיון סֶלָה.

18 די רשעים װעלן אָנקומען אין שְׁאֹול –

אַלע פֿעלקער װאָס פֿאַרגעסן אָן אלֹקים.

19 װאָרעם נישט שטענדיק װעט פֿאַרגעסן זײַן דער אבֿיון,

די האָפֿענונג פֿון די אָרימע װעט נישט פֿאַרלאָרן זײַן אױף אײביק.

20 שטײ אױף, ה׳, זאָל דער מענטש נישט פֿאַרשײַט זײַן,

זאָלן געמשפּט װערן די פֿעלקער פֿאַר דיר.

21 טו, ה׳, אַ מורא אױף זײ;

זאָלן װיסן די פֿעלקער אַז זײ זײַנען נאָר מענטשן.

סֶלָה.

Todos os capítulos de תְּהִלִּים 150
  1. 1
  2. 2
  3. 3
  4. 4
  5. 5
  6. 6
  7. 7
  8. 8
  9. 9
  10. 10
  11. 11
  12. 12
  13. 13
  14. 14
  15. 15
  16. 16
  17. 17
  18. 18
  19. 19
  20. 20
  21. 21
  22. 22
  23. 23
  24. 24
  25. 25
  26. 26
  27. 27
  28. 28
  29. 29
  30. 30
  31. 31
  32. 32
  33. 33
  34. 34
  35. 35
  36. 36
  37. 37
  38. 38
  39. 39
  40. 40
  41. 41
  42. 42
  43. 43
  44. 44
  45. 45
  46. 46
  47. 47
  48. 48
  49. 49
  50. 50
  51. 51
  52. 52
  53. 53
  54. 54
  55. 55
  56. 56
  57. 57
  58. 58
  59. 59
  60. 60
  61. 61
  62. 62
  63. 63
  64. 64
  65. 65
  66. 66
  67. 67
  68. 68
  69. 69
  70. 70
  71. 71
  72. 72
  73. 73
  74. 74
  75. 75
  76. 76
  77. 77
  78. 78
  79. 79
  80. 80
  81. 81
  82. 82
  83. 83
  84. 84
  85. 85
  86. 86
  87. 87
  88. 88
  89. 89
  90. 90
  91. 91
  92. 92
  93. 93
  94. 94
  95. 95
  96. 96
  97. 97
  98. 98
  99. 99
  100. 100
  101. 101
  102. 102
  103. 103
  104. 104
  105. 105
  106. 106
  107. 107
  108. 108
  109. 109
  110. 110
  111. 111
  112. 112
  113. 113
  114. 114
  115. 115
  116. 116
  117. 117
  118. 118
  119. 119
  120. 120
  121. 121
  122. 122
  123. 123
  124. 124
  125. 125
  126. 126
  127. 127
  128. 128
  129. 129
  130. 130
  131. 131
  132. 132
  133. 133
  134. 134
  135. 135
  136. 136
  137. 137
  138. 138
  139. 139
  140. 140
  141. 141
  142. 142
  143. 143
  144. 144
  145. 145
  146. 146
  147. 147
  148. 148
  149. 149
  150. 150

Estes versículos te tocaram? Ore agora!

+581 estão orando agora.

Junte-se à corrente de oração.