Pular para o conteúdo
Publicidade

תְּהִלִּים 85

1 פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער; פֿון די קינדער פֿון קֹרַח אַ מיזמור.

2 האָסט באַװיליקט, ה׳, דײַן לאַנד,

האָסט אומגעקערט די געפֿאַנגענשאַפֿט פֿון יעקבֿ.

3 האָסט פֿאַרגעבן די זינד פֿון דײַן פֿאָלק,

האָסט פֿאַרדעקט זײערע אַלע חטאָים.

סֶלָה.

4 האָסט אײַנגעטאָן אַל דײַן רוגז,

האָסט זיך אָפּגעקערט פֿון דײַן גרימצאָרן.

5 ריכט אונדז װידער אױף, אלֹקים פֿון אונדזער הילף,

און פֿאַרשטער דײַן כּעס קעגן אונדז.

6 צי אױף אײביק װעסטו צערענען אױף אונדז?

װעסטו ציִען דײַן כּעס אױף דור-דורות?

7 צי װעסטו אונדז נישט אױפֿלעבן װידער,

אַז דײַן פֿאָלק זאָל זיך פֿרײען מיט דיר?

8 װײַז אונדז, ה׳, דײַן חֶסֶד,

און דײַן הילף זאָלסטו אונדז געבן.

9 איך הער װאָס הָאֵל ה׳ רעדט;

פֿאַר װאָר, ער רעדט פֿריד פֿאַר זײַן פֿאָלק און פֿאַר זײַנע פֿרומע;

נאָר זײ זאָלן זיך נישט אומקערן צו נאַרישקײט.

10 גאָר נאָנט צו זײַנע פֿאָרכטער איז זײַן ישועה,

כּדי כּבֿוד זאָל רוען אין אונדזער לאַנד.

11 גענאָד און אמת האָבן זיך באַגעגענט,

גערעכטיקײט און שלום האָבן זיך צעקושט.

12 אמת שפּראָצט פֿון דער ערד,

און גערעכטיקײט לוגט פֿון הימל.

13 יאָ, ה׳ װעט געבן גוטס,

און אונדזער לאַנד װעט געבן איר פֿרוכט.

14 גערעכטיקײט װעט גײן אים פֿאַרױס,

און קירעװען אין װעג זײַנע טריט.

Estes versículos te tocaram? Ore agora!

+581 estão orando agora.

Junte-se à corrente de oração.

Veja também