Publicidade

Salmos 115

1 נישט אונדז, ה׳, נישט אונדז,

נײַערט דײַן נאָמען גיב כּבֿוד,

פֿון װעגן דײַן חֶסֶד,

פֿון װעגן דײַן טרײַשאַפֿט.

2 פֿאַר װאָס זאָלן זאָגן די פֿעלקער:

װוּ אַקאָרשט איז זײער ג-ט?

3 אָבער אלוקינו איז אין הימל,

אַלץ װאָס ער באַגערט, טוט ער.

4 זײערע געצנבילדער זײַנען זילבער און גאָלד,

דאָס װערק פֿון אַ מענטשנס הענט.

5 זײ האָבן אַ מױל און רעדן נישט,

זײ האָבן אױגן און זעען נישט;

6 זײ האָבן אױערן און הערן נישט,

זײ האָבן אַ נאָז און שמעקן נישט;

7 הענט בײַ זײ, אָבער זײ קענען נישט אָנטאַפּן,

פֿיס בײַ זײ, אָבער זײ גײען נישט;

זײ טוען נישט אַ הױך מיט זײער קעל.

8 זאָלן װערן װי זײ די װאָס מאַכן זײ,

איטלעכער װאָס פֿאַרזיכערט זיך אױף זײ.

9 יִשׂרָאֵל, פֿאַרזיכער זיך אױף ה׳.

ער איז זײער הילף און זײער שילד.

10 הױז פֿון אַהרֹן, פֿאַרזיכערט אײַך אױף ה׳.

ער איז זײער הילף און זײער שילד.

11 איר פֿאָרכטער פֿון ה׳, פֿאַרזיכערט אײַך אױף ה׳.

ער איז זײער הילף און זײער שילד.

12 ה׳ האָט געדאַכט אָן אונדז, ער װעט בענטשן,

ער װעט בענטשן דאָס הױז פֿון יִשׂרָאֵל,

ער װעט בענטשן דאָס הױז פֿון אַהרֹן.

13 ער װעט בענטשן די װאָס פֿאָרכטן ה׳,

די קלײנע אַזױ װי די גרױסע.

14 ה׳ װעט אײַך מערן,

אײַך און אײַערע קינדער.

15 געבענטשט זאָלט איר זײַן פֿון ה׳,

דעם באַשעפֿער פֿון הימל און ערד.

16 די הימלען זײַנען די הימלען פֿון ה׳,

אָבער די ערד האָט ער געגעבן צו די מענטשנקינדער.

17 נישט די טױטע װעלן לױבן ה׳,

און נישט די אַלע װאָס נידערן אין שטילן קבֿר.

18 אָבער מיר װעלן בענטשן ה׳,

פֿון אַצונד און ביז אײביק.

הַלְלוּ יָהּ.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-19_11-20-24-