Pular para o conteúdo
Publicidade

יְשַעְיָה 46

1 געקניט איז בֵל, געבױגן איז נבֿוֹ;

זײערע געצן זײַנען אױף בהמות און אױף לאַסטפֿי;

די װאָס איר פֿלעגט זיך אומטראָגן מיט זײ,

זײַנען אױפֿגעלאָדן, אַ משׂא אױף מידע בהמות.

2 זײ זײַנען געבױגן, געקניט אין אײנעם;

זײ האָבן נישט געקענט ראַטעװען די משׂא,

און זײ אַלײן זײַנען אין געפֿאַנגענשאַפֿט אַװעק.

3 הערט מיר צו, איר הױז פֿון יעקבֿ,

און דער גאַנצער איבערבלײַב פֿון הױז יִשׂרָאֵל,

איר געפּעסטעטע פֿון מוטערלײַב,

איר געטראָגענע פֿון געבערמוטער:

4 אַפֿילו ביז עלטער בין איך דער אײגענער,

און ביז גראָע האָר װעל איך טראָגן;

איך האָב געמאַכט, און איך װעל טראָגן,

און איך װעל אױף זיך נעמען און װעל ראַטעװען.

5 צו װעמען װילט איר מיך צוגלײַכן און גלײַכשטעלן,

און מיך פֿאַרגלײַכן, אַז מיר זאָלן גלײַך זײַן?

6 איר װאָס שיט גאָלד פֿון בײַטל,

און װעגט זילבער אױפֿן װאָגשטאַנג;

װאָס דינגט אַ שמעלצער ער זאָל דערפֿון מאַכן אַ ג-ט,

מע זאָל זיך קניִען און בוקן.

7 מע נעמט אים אױפֿן אַקסל, מע טראָגט אים,

און מע שטעלט אים אַװעק אױף זײַן פּלאַץ,

און ער שטײט, ער רירט זיך נישט פֿון זײַן אָרט;

אַפֿילו עמעצער שרײַט צו אים, ענטפֿערט ער נישט,

פֿון זײַן נױט טוט ער נישט העלפֿן.

8 געדענקט דאָס, און מינטערט אײַך אױף,

נעמט, איר פֿאַרברעכער, צום האַרצן.

9 געדענקט דאָס פֿריִערדיקע פֿון אײביק אָן:

אַז איך בין אֵל, און מער איז נישטאָ,

אלֹקים, און נישטאָ מײַן גלײַכן.

10 איך זאָג אָן פֿון אָנהײב דעם סוף,

און פֿון פֿאַרצײַטן, װאָס איז נאָך נישט געשען;

איך זאָג: מײַן באַראָט זאָל באַשטײן,

און אַל מײַן באַגער װעל איך טאָן.

11 איך רוף פֿון מזרח דעם רױבפֿױגל,

פֿון אַ װײַטן לאַנד דעם מאַן פֿון מײַן באַראָט;

יאָ, איך האָב גערעדט, און איך װעל עס ברענגען,

איך האָב באַשערט, און איך װעל עס טאָן.

12 הערט מיר צו, איר שטאַרקהאַרציקע,

װאָס שפּירט זיך װײַט פֿון גערעכטיקײט:

13 איז דערנענטערן מײַן גערעכטיקײט,

זי איז נישט װײַט,

און מײַן ישועה װעט נישט זאַמען;

און איך װעל געבן אין צִיוֹן אַ ישועה

פֿאַר יִשׂרָאֵל מײַן צירונג.

Todos os capítulos de יְשַעְיָה 66
  1. 1
  2. 2
  3. 3
  4. 4
  5. 5
  6. 6
  7. 7
  8. 8
  9. 9
  10. 10
  11. 11
  12. 12
  13. 13
  14. 14
  15. 15
  16. 16
  17. 17
  18. 18
  19. 19
  20. 20
  21. 21
  22. 22
  23. 23
  24. 24
  25. 25
  26. 26
  27. 27
  28. 28
  29. 29
  30. 30
  31. 31
  32. 32
  33. 33
  34. 34
  35. 35
  36. 36
  37. 37
  38. 38
  39. 39
  40. 40
  41. 41
  42. 42
  43. 43
  44. 44
  45. 45
  46. 46
  47. 47
  48. 48
  49. 49
  50. 50
  51. 51
  52. 52
  53. 53
  54. 54
  55. 55
  56. 56
  57. 57
  58. 58
  59. 59
  60. 60
  61. 61
  62. 62
  63. 63
  64. 64
  65. 65
  66. 66

Estes versículos te tocaram? Ore agora!

+581 estão orando agora.

Junte-se à corrente de oração.