1 איך בין געװען צו דערבעטן
פֿאַר די װאָס האָבן נישט געפֿרעגט;
איך בין געװען צו געפֿינען
פֿאַר די װאָס האָבן מיך נישט געזוכט;
איך האָב געזאָגט: דאָ בין איך, דאָ בין איך!
צו אַ פֿאָלק װאָס רופֿט זיך נישט אױף מײַן נאָמען.
2 איך האָב אױסגעשפּרײט מײַנע הענט אַ גאַנצן טאָג
צו אַ פֿאָלק אַן אָפּקערער
װאָס גײט אױפֿן נישט גוטן װעג,
נאָך די טראַכטונגען זײערע;
3 צו אַ פֿאָלק װאָס דערצערנט מיך
אין מײַן פּנים נאָכאַנאַנד;
װאָס שלאַכטן אין די גערטנער,
און רײכערן אױף די ציגל;
4 װאָס זיצן צװישן די קבֿרים,
און אין באַהעלטענישן נעכטיקן זײ;
װאָס עסן פֿלײש פֿון חזיר,
און זופּ פֿון אומװערדיקײטן איז אין זײערע כּלים;
5 װאָס זאָגן: רוק דיך אָפּ, זאָלסט נישט גענענען צו מיר,
װאָרעם איך בין דיר הײליק.
די דאָזיקע זײַנען אַ רױך אין מײַן נאָז,
אַ פֿײַער װאָס ברענט אַ גאַנצן טאָג.
6 זע, אױפֿגעשריבן איז דאָס פֿאַר מיר;
איך װעל נישט שװײַגן סײַדן איך האָב אָפּגעצאָלט,
יאָ, אָפּגעצאָלט אין זײער בוזעם,
7 אײַערע זינד אין אײנעם מיט די זינד
פֿון אײַערע עלטערן, זאָגט ה׳,
װאָס האָבן גערײכערט אױף די בערג,
און אױף די הײכן מיך געלעסטערט;
דערום װעל איך אָפּמעסטן צוערשט
זײער לױט אין זײער בוזעם.
8 אַזױ האָט ה׳ געזאָגט:
אַזױ װי אַז דער װײַן געפֿינט זיך אין הענגל,
זאָגט מען: זאָלסט עס נישט צעשטערן,
װאָרעם אַ בענטשונג איז אין אים;
אַזױ װעל איך טאָן פֿון װעגן מײַנע קנעכט,
נישט צו צעשטערן אין גאַנצן.
9 און איך װעל אַרױסברענגען פֿון יעקבֿ אַ זאָמען,
און פֿון יהוּדה דעם יוֹרש פֿון מײַנע בערג;
און ירשען װעלן עס מײַנע אױסדערװײלטע,
און מײַנע קנעכט װעלן דאָרט װױנען.
10 און דער שָרוֹן װעט זײַן פֿאַר אַ פֿיטערפּלאַץ פֿון שאָף,
און דער טאָל עָכוֹר פֿאַר אַ הױערונג פֿון רינדער,
פֿאַר מײַן פֿאָלק װאָס האָט מיך געזוכט.
11 אָבער איר װאָס פֿאַרלאָזט ה׳,
װאָס פֿאַרגעסט אָן מײַן הײליקן באַרג,
װאָס גרײט אַ טיש צום מזל,
און פֿילט אָן אַ מישטראַנק צום באַשער,
12 איך װעל אײַך באַשערן צום שװערד,
און איר אַלע װעט קניִען צו דער שחיטה;
װײַל איך האָב גערופֿן און איר האָט נישט געענטפֿערט,
גערעדט, און איר האָט נישט געהערט;
נאָר איר האָט געטאָן װאָס איז שלעכט אין מײַנע אױגן,
און װאָס איך האָב נישט געװאָלט, האָט איר אױסגעװײלט.
13 דערום האָט אֲדֹנָי ה׳ אַזױ געזאָגט:
זע, מײַנע קנעכט װעלן עסן,
און איר װעט זײַן הונגעריק;
זע, מײַנע קנעכט װעלן טרינקען,
און איר װעט זײַן דאָרשטיק;
זע, מײַנע קנעכט װעלן זיך פֿרײען,
און איר װעט פֿאַרשעמט װערן.
14 זע, מײַנע קנעכט װעלן זינגען פֿון האַרצפֿרײד,
און איר װעט שרײַען פֿון האַרצװײ,
און פֿון אַ צעבראָכן געמיט װעט איר יאָמערן.
15 און איר װעט לאָזן אײַער נאָמען
פֿאַר אַ קללה צו מײַנע אױסדערװײלטע:
אַזױ זאָל אֲדֹנָי ה׳ דיך טײטן!
און זײַנע קנעכט װעט ער רופֿן אַן אַנדער נאָמען;
16 אַז דער װאָס בענטשט זיך אױף דער ערד,
װעט זיך בענטשן בײַם אלֹקים פֿון אמת,
און דער װאָס שװערט אױף דער ערד,
װעט שװערן בײַם אלֹקים פֿון אמת;
װײַל פֿאַרגעסן זײַנען די פֿריִערדיקע צרות,
און װײַל זײ זײַנען פֿאַרבאָרגן פֿון מײַנע אױגן.
17 װאָרעם זע, איך באַשאַף הימלען נײַע,
און אַן ערד אַ נײַע;
און דאָס פֿריִערדיקע װעט נישט געדאַכט װערן,
און אױפֿן זינען נישט אין דעם האַרץ אױפֿקומען.
18 נאָר זײַט לוסטיק און פֿרײט זיך ביז אײביק
מיט דעם װאָס איך באַשאַף;
װאָרעם זע, איך באַשאַף ירושָלַיִם פֿאַר אַ לוסטיקײט,
און איר פֿאָלק פֿאַר אַ פֿרײד.
19 און איך װעל זיך פֿרײען מיט ירושָלַיִם,
און װעל לוסטיק זײַן מיט מײַן פֿאָלק;
און נישט געהערט װערן װעט אין איר מער
אַ קֹול פֿון געװײן, און אַ קֹול פֿון געשרײ.
20 מער װעט נישט זײַן פֿון דאָרטן
אַ קינד אין טעג, אָדער אַ זקן,
װאָס װעט נישט דערפֿילן זײַנע טעג;
װאָרעם דער ייִנגסטער װעט צו הונדערט יאָר שטאַרבן,
און אַ זינדיקער װעט מיט הונדערט יאָר געשאָלטן װערן.
21 און זײ װעלן בױען הײַזער און באַװױנען,
און פֿלאַנצן װײַנגערטנער און עסן זײער פֿרוכט.
22 זײ װעלן נישט בױען,
און אַן אַנדערער זאָל באַװױנען,
זײ װעלן נישט פֿלאַנצן,
און אַן אַנדערער זאָל עסן;
װאָרעם אַזױ װי די טעג פֿון אַ בױם
װעלן זײַן די טעג פֿון מײַן פֿאָלק,
און מײַנע אױסדערװײלטע װעלן פֿאַרנוצן
דאָס װערק פֿון זײערע הענט.
23 זײ װעלן זיך נישט מיען אומנישט,
זײ װעלן נישט געבערן פֿאַר אַ בהלה,
װאָרעם אַ זאָמען געבענטשט פֿון ה׳ זײַנען זײ,
און זײערע שפּראָצן מיט זײ.
24 און עס װעט זײַן,
אײדער זײ רופֿן, װעל איך ענטפֿערן,
װי זײ רעדן נאָך, אַזױ װעל איך צוהערן.
25 אַ װאָלף און אַ לאַם װעלן זיך פֿיטערן אין אײנעם,
און אַ לײב װעט װי אַ רינד עסן שטרױ;
און אַ שלאַנג – איר שפּײַז װעט זײַן שטױב;
זײ װעלן נישט בײז טאָן און נישט פֿאַרדאַרבן
אױף מײַן גאַנצן הײליקן באַרג,
זאָגט ה׳.