Publicidade

Isaías 57

1 דער גערעכטער גײט אונטער,

און קײן מענטש נעמט נישט צום האַרצן,

און פֿרומע לײַט װערן אַװעקגענומען,

און קײנער באַטראַכט נישט, אַז פֿון װעגן דער שלעכטיקײט

איז אַװעקגענומען געװאָרן דער גערעכטער.

2 ער גײט צו זײַן פֿריד;

אױף זײערע קבֿר-געלעגערס רוען

די װאָס זײַנען געגאַנגען אין זײער ערלעכקײט.

3 און איר גענענט אַהער,

זין פֿון אַ כּישופֿמאַכערין,

זאָמען פֿון אַ נואף און אַ זוֹנה.

4 אױף װעמען מאַכט איר אײַך לוסטיק?

אױף װעמען רײַסט איר אױף דאָס מױל,

שטעקט איר אַרױס אַ צונג?

פֿאַר װאָר, איר זײַט קינדער פֿון פֿאַרברעך,

זאָמען פֿון ליגן,

5 איר װאָס דערהיצט אײַך צװישן די אײכנבײמער,

אונטער יעטװעדער צװײַגהאַפֿטיקן בױם;

װאָס שעכט די קינדער אין די טאָלן,

אונטער די שפּאַלטן פֿון די פֿעלדזן.

6 צװישן די גלאַטע שטײנער פֿון טאָל איז דײַן טײל,

זײ, זײ זײַנען דײַן גורל;

צו זײ אױך האָסטו געגאָסן גיסאָפּפֿער,

האָסטו אױפֿגעבראַכט שפּײַזאָפּפֿער.

זאָל איך װעגן דעם זיך באַרוען?

7 אױף אַ הױכן און דערהױבענעם באַרג

האָסטו דײַן געלעגער געמאַכט;

אַהין אױך ביסטו אַרױפֿגעגאַנגען שלאַכטאָפּפֿער צו שלאַכטן.

8 און הינטער דער טיר און דעם מְזוּזָה

האָסטו אַרױפֿגעטאָן דײַן דערמאָנצײכן,

װאָרעם פֿון מיר ביסטו אָפֿן אַװעקגעגאַנגען;

האָסט ברײט געמאַכט דײַן געלעגער,

און האָסט דיר מיט זײ אַ בונד געמאַכט

װאָס דו האָסט זײער געלעגער ליב געהאַט,

זײער האַנט געזען.

9 און ביסט געגאַנגען צום מלך מיט זאַלב,

און האָסט געמערט דײַנע בשׂמים;

און האָסט געשיקט דײַנע שלוחים ביז אין דער װײַט,

און ביז אין שְׁאֹול געמאַכט נידערן.

10 פֿון דײַנע פֿיל װעגן ביסטו מיד געװאָרן,

אָבער האָסט נישט געזאָגט: פֿאַרפֿאַלן!

שטאַרקײט אין דײַן האַנט האָסטו געפֿונען,

דערום האָסטו זיך נישט געקימערט.

11 און פֿאַר װעמען האָסטו זיך געשראָקן און מורא געהאַט,

אַז דו זאָלסט זיך פֿאַרשטעלן?

אַז אָן מיר האָסטו נישט געדאַכט,

נישט גענומען זיך צום האַרצן;

פֿאַר װאָר, איך שװײַג, און פֿון אײביק אָן,

דערום האָסטו נישט מורא פֿאַר מיר.

12 װעל איך דערצײלן דײַן גערעכטיקײט,

און דײַנע מעשׂים, זײ װעלן דיר נישט גוטס טאָן.

13 אַז דו שרײַסט, זאָלן דײַנע געזעמלען דיך מציל זײַן;

אָבער זײ אַלעמען װעט דער װינט אַװעקטראָגן,

װעט אַ הױך אַװעקנעמען;

און דער װאָס באַשיצט זיך אין מיר װעט אַרבן דאָס לאַנד,

און יַרשען מײַן הײליקן באַרג.

14 און ער װעט זאָגן:

טרעט אױס, טרעט אױס, ראַמט אָפּ דעם װעג,

הײבט אױף די שטרױכלונג

פֿון דעם װעג פֿון מײַן פֿאָלק.

15 װאָרעם אַזױ זאָגט דער הױכער און דערהױבענער,

דער װאָס װױנט אין אײביקײט, און הײליק איז זײַן נאָמען:

אין הױכקײט און הײליקײט טו איך רוען,

אָבער אױך בײַם דערשלאָגענעם און געפֿאַלענעם אין געמיט,

אױפֿצולעבן דאָס געמיט פֿון געפֿאַלענע,

און אױפֿצולעבן דאָס האַרץ פֿון דערשלאָגענע.

16 װאָרעם נישט אײביק טו איך קריגן,

און נישט תּמיד טו איך צערענען;

װאָרעם דער גײַסט װאָס באַקלײדט זיך, איז פֿון מיר,

און די נשמות האָב איך געמאַכט.

17 פֿאַר דער זינד פֿון זײַן גײַציקײט

האָב איך געצערנט, און אים געשלאָגן,

מיך פֿאַרבאָרגן און געצערנט,

װײַל ער איז אָפּקערעריש געגאַנגען

אין װעג פֿון זײַן האַרצן.

18 איך האָב געזען זײַנע װעגן,

אָבער איך װעל אים הײלן, און װעל אים פֿירן,

און װעל באַצאָלן נחמות

אים און זײַנע טרױערער.

19 איך באַשאַף אַ ליפּנפֿרוכט:

שלום, שלום צום נאָנטן און צום װײַטן!

זאָגט ה׳,

און איך װעל אים הײלן.

20 אָבער די רשעים זײַנען װי אַ ים אַ געטריבענער,

װאָס קען זיך נישט אײַנשטילן,

און זײַנע װאַסערן טרײַבן קױט און לײם.

21 נישטאָ קײן שלום, זאָגט מײַן ג-ט,

פֿאַר די רשעים.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-18_14-04-22-