Publicidade

Isaías 22

1 די נבֿואה אױף דעם טאָל פֿון זעונג:

װאָס איז דיר דען

װאָס דו ביסט אין גאַנצן אױף די דעכער אַרױף,

2 דו פֿולע מיט טומל,

דו רױשיקע שטאָט, דו לוסטיקער כּרך?

דײַנע דערשלאָגענע זײַנען נישט פֿון שװערד דערשלאָגן,

און נישט אין מלחמה געטײטע.

3 אַלע דײַנע האַרן זײַנען אין אײנעם אַנטלאָפֿן,

אָן אַ בױגן זײַנען זײ געפֿאַנגען געװאָרן;

אַלע דײַנע געפֿונענע זײַנען אין אײנעם געפֿאַנגען געװאָרן –

די װאָס זײַנען אין דער װײַט אַנטלאָפֿן.

4 דערום האָב איך געזאָגט:

קערט אײַך אָפּ פֿון מיר, לאָמיך ביטערלעך װײנען;

איר זאָלט נישט צושטײן מיך צו טרײסטן,

אױף דעם בראָך פֿון דער טאָכטער מײַן פֿאָלק.

5 װאָרעם אַ טאָג פֿון טומל און טרעטונג און צעטומלטקײט

איז בײַ אֲדֹנָי, ה׳ צבָֿאוֹת, אין טאָל פֿון זעונג;

מע ברעכט מױערן, און אַ געשרײ ביזן באַרג.

6 און עֵילָם טראָגט דעם פֿײַלבײַטל,

מיט אַ מחנה מענטשן רײַטער,

און קיר האָט אַנטבלױזט דעם שילד.

7 און עס איז געװען,

אַז דײַנע בעסטע טאָלן זײַנען פֿול געװאָרן מיט רײַטװעגן,

און די רײַטער האָבן שטעלן זיך אױסגעשטעלט קעגן טױער,

8 און דעם צודעק פֿון יהוּדה האָט מען אָפּגעדעקט.

אין יענעם טאָג האָסטו אױסגעקוקט אױפֿן װאַפֿן פֿון װאַלד-הױז. 9 און די שפּאַלטן פֿון דָוִדס-שטאָט האָט איר געזען אַז זײ זײַנען פֿיל; און איר האָט אײַנגעזאַמלט דאָס װאַסער פֿון אונטערשטן טײַך. 10 און די הײַזער פֿון ירושָלַיִם האָט איר פֿאַרצײכנט, און אײַנגעװאָרפֿן די הײַזער צו באַפֿעסטיקן די מױער. 11 און אַ זאַמלאָרט צװישן די צװײ מױערן האָט איר געמאַכט, פֿאַר דעם װאַסער פֿון אַלטן טײַך. און איר האָט נישט געקוקט צו דעם װאָס האָט עס געטאָן, און דעם װאָס האָט עס באַשערט פֿון לאַנג אָן האָט איר נישט געזען.

12 און אֲדֹנָי, ה׳ צבָֿאוֹת, האָט גערופֿן אין יענעם טאָג,

צו געװײן און צו קלאָג און צו פּליכעניש,

און צום אָנגורטן זאַק;

13 ערשט עס איז שָׂשׂון-וּשׂימחה,

קױלן רינדער און שעכטן שאָף,

עסן פֿלײש, און טרינקען װײַן;

עסן און טרינקען, װאָרעם מאָרגן װעלן מיר שטאַרבן.

14 און ה׳ צבָֿאוֹת האָט זיך אַנטפּלעקט אין מײַנע אױערן:

אױב די דאָזיקע זינד װעט אײַך פֿאַרגעבן װערן

ביז איר װעט שטאַרבן!

האָט געזאָגט אֲדֹנָי, ה׳ צבָֿאוֹת.

15 אַזױ האָט געזאָגט אֲדֹנָי, ה׳ צבָֿאוֹת: גײ קום צו דעם דאָזיקן אױפֿזעער, צו שֶבֿנאָ װאָס איבערן פּאַלאַץ: 16 װאָס האָסטו דאָ, און װעמען האָסטו דאָ, װאָס דו האָסט דיר דאָ אַ קבֿר אױסגעהאַקט, דו װאָס האָסט אױסגעהאַקט אין דער הײך דײַן קבֿר, זיך אױסגעשניטן אין פֿעלדז אַ װױנונג? 17 זע, ה׳ שלײַדערט דיך אַ מאַכטיקן שלײַדער, און דרײט דיך אום דרײענדיק; 18 קוליִען אין אַ קֹול װעט ער דיך אַװעקקוליען, װי אַ באַל, אין אַ ברײטרױמיק לאַנד. דאָרטן װעסטו שטאַרבן, און דאָרטן װעלן זײַן דײַנע פּראַכטיקע רײַטװעגן, דו שאַנד פֿון דעם הױז פֿון דײַן האַר! 19 און איך װעל דיך אַראָפּשטױסן פֿון דײַן שטאַנד, און פֿון דײַן שטעל װעט מען דיך אַראָפּװאַרפֿן. 20 און עס װעט זײַן אין יענעם טאָג, װעל איך רופֿן מײַן קנעכט אֶליָקים דעם זון פֿון חִלקִיָהון. 21 און איך װעל אים אָנטאָן דײַן מאַנטל, און דײַן גאַרטל װעל איך אים אַרומבינדן, און דײַן ממשלה װעל איך געבן אין זײַן האַנט; און ער װעט זײַן פֿאַר אַ פֿאָטער צום באַװױנער פֿון ירושָלַיִם, און צום הױז פֿון יהוּדה. 22 און איך װעל געבן דעם שליסל פֿון דָוִדס הױז אױף זײַן אַקסל, און ער װעט עפֿענען, און קײנער װעט נישט פֿאַרשליסן, און ער װעט פֿאַרשליסן, און קײנער װעט נישט עפֿענען. 23 און איך װעל אים באַפֿעסטיקן װי אַ פֿלעקל אין אַ זיכערן אָרט; און ער װעט זײַן אַ טראָן פֿון כּבֿוד פֿאַר זײַן פֿאָטערס הױז. 24 און דאָס גאַנצע געזעמל פֿון זײַן פֿאָטערס הױז, קינד און קײט, װעלן אָנהענגען אױף אים אַלע קלײנע געפֿעסן, פֿון די בעקנגעפֿעסן און ביז אַלע קרוגגעפֿעסן. 25 אין יענעם טאָג, זאָגט ה׳ צבָֿאוֹת, װעט אָפּגעטאָן װערן דאָס פֿלעקל װאָס איז באַפֿעסטיקט אין אַ זיכערן אָרט, און װעט אָפּגעהאַקט װערן און אַראָפּפֿאַלן, און די משׂא װאָס אױף אים װעט פֿאַרשניטן װערן; װאָרעם ה׳ האָט גערעדט.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-18_14-04-22-