1 װײ, אַריאֵל, אַריאֵל, שטאָט װוּ דָוִד האָט גערוט!
מערט אַ יאָר אױף אַ יאָר,
זאָלן די יוֹם-טובֿים זיך אַרומדרײען,
2 און איך װעל דריקן אַריאֵל,
און עס װעט זײַן אַ קלאָג און אַ קלאָגעניש,
און ער װעט מיר זײַן אַזױ װי אַן אַריאֵל.
3 און איך װעל לאַגערן אַרום דיר װי אַ ראָד,
און װעל דיך באַלעגערן מיט אַן ערדװאַל,
און אױפֿשטעלן אױף דיר באַלעגערװערק.
4 און נידעריק פֿון דער ערד װעסטו רעדן,
און טיף פֿון שטױב װעט קומען דײַן װאָרט;
און װי אַ גײַסט פֿון דער ערד װעט זײַן דײַן קֹול,
און פֿון שטױב װעט פּיפּסן דײַן װאָרט.
5 אָבער די דינע שטױב װעט װערן דער המון פֿון דײַנע פֿײַנט,
און װי שפּרײ װאָס פֿאַרגײט דער המון פֿון די מאַכטיקע;
און פּלוצים-פּלוצלינג װעט עס געשען.
6 פֿון ה׳ צבָֿאוֹת װעט קומען די שטראָף,
מיט דונער און מיט ערדציטערניש און גרױס געפּילדער,
שטורעם און געװיטער און פֿלאַמפֿײַער װאָס פֿאַרצערט.
7 און אַזױ װי אַ חלום, אַ זעונג פֿון דער נאַכט,
װעט זײַן דער המון פֿון אַלע פֿעלקער
װאָס האַלטן מלחמה אױף אַריאֵל –
אי אַלע װאָס האַלטן מלחמה אױף איר,
אי די באַלעגערפֿעסטונג אַרום איר,
אי די װאָס דריקן זי.
8 און עס װעט זײַן:
אַזױ װי אַ הונגעריקן חלומט זיך, ערשט ער עסט,
און ער כאַפּט זיך אױף, און זײַן לײַב איז לײדיק,
און אַזױ װי אַ דאָרשטיקן חלומט זיך, ערשט ער טרינקט,
און ער כאַפּט זיך אױף, ערשט ער איז שלאַף,
און זײַן זעל איז פֿאַרשמאַכט,
אַזױ װעט זײַן דער המון פֿון אַלע פֿעלקער,
װאָס האַלטן מלחמה אױף באַרג צִיוֹן.
9 פֿאַרדולט אײַך און זײַט צעדולט!
פֿאַרבלענדט אײַך און זײַט בלינד!
איר װאָס זײַט שכּור און נישט פֿון װײַן,
װאָס שאָקלט זיך און נישט פֿון טרונק.
10 װאָרעם ה׳ האָט אױסגעגאָסן אױף אײַך
אַ גײַסט פֿון הינערפּלעט,
און האָט צוגעמאַכט אײַערע אױגן, די נבֿיאים,
און אײַערע קעפּ, די זעערס, האָט ער פֿאַרדעקט.
11 און די זעונג פֿון אַלץ דינג איז פֿאַר אײַך אַזױ װי װערטער פֿון אַ פֿאַרחתמעטן געשריפֿטס, װאָס אַז מע גיט עס צו דעם װאָס קען געשריפֿטס, אַזױ צו זאָגן: לײען דאָס, איך בעט דיך, זאָגט ער: איך קען נישט, װאָרעם עס איז פֿאַרחתמעט. 12 און אַז דאָס געשריפֿטס װערט געגעבן צו דעם װאָס קען נישט קײן געשריפֿטס, אַזױ צו זאָגן: לײען דאָס, איך בעט דיך, זאָגט ער: איך קען נישט קײן געשריפֿטס.
13 און אֲדֹנָי האָט געזאָגט:
װײַל דאָס דאָזיקע פֿאָלק האָט גענענט מיט זײַן מױל,
און מיט זײַנע ליפּן מיך געערלעכט,
אָבער זײַן האַרץ האָט ער דערװײַטערט פֿון מיר,
און זײער מורא פֿאַר מיר
איז װי אַן אײַנגעלערנט געבאָט פֿון מענטשן,
14 דערום זע, איך טו נאָך מער פֿאַרװוּנדערן דאָס דאָזיקע פֿאָלק,
װוּנדערלעך פֿאַרװוּנדערן;
און פֿאַרלאָרן װערן װעט די חכמה פֿון זײַנע חכמים,
און די פֿאַרשטאַנדיקײט פֿון זײַנע פֿאַרשטאַנדיקע װעט פֿאַרהױלן װערן.
15 װײ, די װאָס פֿאַרהױלן טיף זײער באַראָט פֿון ה׳,
און אין דער פֿינצטער זײַנען זײערע מעשׂים,
און זײ זאָגן: װער זעט אונדז?
און װער װײס אונדז?
16 די פֿאַרקערטקײט אײַערע!
צי איז דער טעפּער װי לײם גערעכנט,
אַז דאָס װערק זאָל זאָגן אױף זײַן מײַנסטער:
ער האָט מיך נישט געמאַכט?
און דער באַשאַף זאָל זאָגן אױף זײַן באַשעפֿער:
ער פֿאַרשטײט נישט?
17 פֿאַר װאָר, אין נאָך אַ קלײן װײַלע,
װעט דער לבֿנוֹן פֿאַרקערט װערן אין אַ פֿרוכטגאָרטן,
און דער פֿרוכטגאָרטן װעט פֿאַר אַ װאַלד גערעכנט װערן.
18 און די טױבע אין יענעם טאָג
װעלן הערן די װערטער פֿון אַ בוך,
און פֿון חושך און פֿינצטערניש
װעלן זען די אױגן פֿון בלינדע.
19 און די פֿאַרליטענע װעלן מערן זײער שׂימחה אין ה׳,
און די באַדערפֿטיקע צװישן מענטשן
װעלן מיטן הײליקן פֿון יִשׂרָאֵל זיך פֿרײען.
20 װאָרעם אַװעק דער מאַכטיקער,
און פֿאַרלענדט װעט זײַן דער שפּעטער,
און פֿאַרשניטן אַלע װאָס לױערן אױף אומרעכט;
21 די װאָס מאַכן שולדיק אַ מענטשן מיט אַ װאָרט,
און דעם שטראָפֿזאָגער לײגן זײ אַ שטרױכלונג אין טױער,
און פֿאַרדרײען מיט נישט דעם גערעכטן.
22 דערום האָט ה׳, װאָס האָט אױסגעלײזט אבֿרהמען, אַזױ געזאָגט אױפֿן הױז פֿון יעקבֿ:
אַצונד װעט נישט פֿאַרשעמט װערן יעקבֿ,
און אַצונד װעט זײַן פּנים נישט בלאַס װערן;
23 יאָ, אַז ער װעט זען זײַנע קינדער,
דאָס װערק פֿון מײַנע הענט, אין זײַן מיט,
װי זײ הײליקן מײַן נאָמען;
װאָרעם זײ װעלן הײליקן דעם הײליקן פֿון יעקבֿ,
און אלוקי יִשׂרָאֵל װעלן זײ פֿאָרכטן.
24 און די פֿאַרפֿירטע אין גײַסט װעלן װיסן צו פֿאַרשטײן,
און די מורמלער װעלן לערנען אַ מוסר.