1 אַזױ װי פֿײַער צינדט אָן טרוקענע צװײַגן,
װי פֿײַער טוט װאַסער צעבלעזלען –
כּדי צו מאַכן װיסן דײַן נאָמען צו דײַנע פֿײַנט;
די פֿעלקער זאָלן ציטערן פֿאַר דיר,
2 װען דו טוסט פֿאָרכטיקע זאַכן
װאָס מיר האָבן צו מאָל נישט געהאָפֿט –
הלװאַי נידערסטו אַראָפּ,
די בערג זאָלן זיך טרײסלען פֿאַר דיר! –
3 און װאָס זײ האָבן קײן מאָל נישט געהערט, נישט פֿאַרנומען,
װאָס קײן אױג האָט נישט געזען,
אַז אַ ג-ט אַחוץ דיר זאָל טאָן
פֿאַר דעם װאָס טוט האַרן אױף אים.
4 האָסט טרעפֿסט דעם װאָס האָט זיך געפֿרײט צו טאָן רעכט,
די װאָס האָבן געדאַכט אָן דיר מיט דײַנע װעגן;
זע, דו האָסט געצערנט, װײַל מיר האָבן געזינדיקט,
דורך זײ אָבער פֿלעגן מיר אײביק געהאָלפֿן װערן.
5 און מיר זײַנען געװאָרן װי אַ טמא אַלע,
און אַלע אונדזערע גערעכטיקײטן איז װי אַ באַפֿלעקט קלײד
און מיר װעלקן אַזױ װי אַ בלאַט אַלע,
און אונדזער זינד טראָגט אונדז װי דער װינט אַװעק.
6 און נישטאָ װער זאָל רופֿן דײַן נאָמען,
װער זאָל זיך דערװעקן זיך צו האַלטן אָן דיר;
װאָרעם האָסט פֿאַרבאָרגן דײַן פּנים צו אונדז,
און אונדז געמאַכט צעגײן דורך אונדזערע זינד.
7 און אַצונד, ה׳, דו ביסט אונדזער פֿאָטער,
מיר זײַנען דער לײם, און דו ביסט אונדזער טעפּער,
און דאָס װערק פֿון דײַנע הענט זײַנען מיר אַלע.
8 נישט צערענען זאָלסטו, ה׳, ביז גאָר,
און נישט אױף אײביק געדענקען די זינד;
זע, לוג, איך בעט דיך, דײַן פֿאָלק זײַנען מיר אַלע.
9 דײַנע הײליקע שטעט זײַנען געװאָרן אַ מדבר,
צִיוֹן איז אַ מדבר געװאָרן,
ירושָלַיִם אַ װיסטעניש;
10 אונדזער הײליק און אונדזער פּראַכטיק הױז,
װוּ אונדזערע עלטערן האָבן דיך געלױבט,
איז אַװעק אין בראַנדפֿײַער,
און אַלע אונדזערע גלוסטיקײטן זײַנען געװאָרן צו װיסט.
11 װילסטו אױף דעם זיך אײַנהאַלטן, ה׳?
װילסטו שװײַגן און אונדז פּײַניקן ביז גאָר?