1 די נבֿואה אױף בָבֿל, װאָס ישַעיָהו דער זון פֿון אָמוצן האָט געזען:
2 אױף אַ הױכן באַרג שטעלט אױף אַ פֿאָן,
הײבט אױף דעם קֹול צו זײ,
פֿאָכט מיט דער האַנט,
זײ זאָלן קומען אין די טױערן פֿון פֿירשטן.
3 איך האָב באַפֿױלן מײַנע געהײליקטע,
יאָ, גערופֿן מײַנע גיבוֹרים פֿאַר מײַן צאָרן,
מײַנע שטאָלצלוסטיקע.
4 האָרך! אַ טומל אױף די בערג,
גלײַך װי פֿון פֿאָלק אַ סך.
האָרך! אַ גערױש פֿון מלוכות, פֿון אומות פֿאַרזאַמלטע.
ה׳ צבָֿאוֹת באַפֿעלט אַ חיל פֿון מלחמה.
5 זײ קומען פֿון אַ לאַנד אַ װײַטן,
פֿון עק פֿונעם הימל –
ה׳ און די געצײַג פֿון זײַן צאָרן,
די גאַנצע ערד צו צעשטערן.
6 יאָמערט, װאָרעם נאָנט איז דער טאָג פֿון ה׳,
װי אַ בראָך פֿון שַדַי װעט ער קומען.
7 דערום װעלן אַלע הענט שלאַף װערן,
און איטלעך האַרץ פֿון אַ מענטשן װעט צעגײן.
8 און זײ װעלן דערשראָקן װערן;
יסורים און װײען װעלן זײ קריגן,
װי אַ געװינערין װעלן זײ זיך דרײען;
אײנער אױפֿן אַנדערן װעלן זײ גאַפֿן,
זײערע פּנימער, פּנימער פֿון פֿלאַמען.
9 זע, דער טאָג פֿון ה׳ קומט,
אומדערבאַרעמדיק מיט כּעס און גרימצאָרן,
צו מאַכן די ערד פֿאַר אַ װיסטעניש,
און פֿאַרטיליקן אירע זינדיקע פֿון איר.
10 װאָרעם די שטערן פֿון הימל און זײַנע מזלות
װעלן נישט שײַנען זײער ליכט;
די זון װעט זײַן פֿינצטער אין איר אױפֿגאַנג,
און די לבֿנה װעט נישט שימערן איר ליכט.
11 און איך װעל זיך רעכענען מיט דער װעלט פֿאַרן בײז,
און מיט די רשעים פֿאַר זײער זינד;
און איך װעל פֿאַרשטערן דעם שטאָלץ פֿון די מוטװיליקע,
און די גאװה פֿון די מאַכטיקע װעל איך דערנידערן.
12 איך װעל מאַכן אַ מאַן זעלטענער פֿון גינגאָלד,
און אַ מענטשן, פֿון אוֹפֿיר-גאָלד.
13 װעגן דעם װעל איך מאַכן ציטערן די הימלען,
און די ערד װעט אױפֿשטורעמען פֿון איר אָרט,
אין דעם כּעס פֿון ה׳ צבָֿאוֹת,
און אין דעם טאָג פֿון זײַן גרימצאָרן.
14 און עס װעט זײַן: אַזױ װי אַ הירש אַ געיאָגטער,
און אַזױ װי שאָף אָן אַן אײַנזאַמלער,
װעלן זײ איטלעכער צו זײַן פֿאָלק זיך קערן,
און איטלעכער צו זײַן לאַנד װעלן זײ אַנטלױפֿן.
15 איטלעכער װאָס װערט געפֿונען,
װעט דערשטאָכן װערן,
און איטלעכער װאָס װערט געכאַפּט,
װעט פֿאַלן דורכן שװערד.
16 און זײערע קלײנע קינדער װעלן צעהאַקט װערן
פֿאַר זײערע אױגן;
זײערע הײַזער װעלן צערױבט װערן,
און זײערע װײַבער װעלן געשענדט װערן.
17 זע, איך דערװעק אױף זײ מָדַי,
װאָס זילבער אַכטן זײ נישט,
און גאָלד, דאָס װילן זײ נישט.
18 און בױגנס װעלן צעהאַקן ייִנגלעך,
און אױף פֿרוכט פֿון לײַב װעלן זײ נישט רַחמָנות האָבן,
אױף קינדער װעט זיך נישט דערבאַרעמען זײער אױג.
19 און בָבֿל, דאָס שײנדל פֿון מלוכות,
די שטאָלצע פּראַכט פֿון די כַּשׂדים,
װעט זײַן װי ג-טס איבערקערעניש
פֿון סדוֹם און עַמוֹרָה.
20 זי װעט אײביק נישט באַזעצט װערן,
און נישט באַװױנט זײַן אױף דור-דורות;
און קײן אַראַבער װעט דאָרט נישט אױפֿשטעלן אַ געצעלט,
און קײן פּאַסטוכער װעלן דאָרט נישט מאַכן הױערן.
21 נאָר װילדע קעץ װעלן דאָרטן הױערן,
און זײערע הײַזער װעלן פֿול זײַן מיט קלאָג-חיות;
און שטרױספֿױגלען װעלן דאָרט רוען,
און שֵדים װעלן דאָרט אומטאַנצן.
22 און שאַקאַלן װעלן װױען אין זײערע פּאַלאַצן
און מדבר-הינט אין די פּאַלײַען פֿון תּענוג;
און נאָנט איז איר צײַט צו קומען,
און אירע טעג װעלן זיך נישט פֿאַרציִען.