Publicidade

Isaías 47

1 נידער אַראָפּ און זיץ אין שטױב

יונגפֿרױ טאָכטער בָבֿל;

זיץ אױף דער ערד אָן אַ טראָן,

טאָכטער פֿון כַּשׂדים;

װאָרעם מער װעט מען דיך נישט רופֿן

אײדעלע און פֿאַרצערטלטע.

2 נעם אַ זשאָרנע, און מאָל מעל;

דעק אָפּ דײַן שלײער, הײב אױף די שלעפּ,

אַנטפּלעק די היפֿט, גײ טײַכן אַריבער.

3 אָפּגעדעקט װעט װערן דײַן נאַקעטקײט,

אױך געזען װערן װעט דײַן שאַנד;

נקמה װעל איך נעמען,

און נישט לאָזן אַ מענטשן זיך אָפּבעטן.

4 אונדזער אױסלײזער – ה׳ צבָֿאוֹת איז זײַן נאָמען,

דער הײליקער פֿון יִשׂרָאֵל.

5 זיץ שטיל, און גײ אַרײַן אין פֿינצטערניש,

טאָכטער פֿון כַּשׂדים,

װאָרעם מער װעט מען דיך נישט רופֿן

האַרינטע פֿון קיניגרײַכן.

6 איך האָב געצערנט אױף מײַן פֿאָלק,

איך האָב פֿאַרשװעכט מײַן אַרב,

און זײ געגעבן אין דײַן האַנט;

האָסטו זײ קײן רַחמָנות נישט געשענקט,

אױף אַ זקן האָסטו באַשװערט דײַן יאָך ביז גאָר.

7 און האָסט געזאָגט:

אױף אײביק װעל איך אַ האַרינטע זײַן;

אַזױ אַז דו האָסט דאָס נישט גענומען צום האַרצן,

נישט געדאַכט אָן דעם סוף דערפֿון.

8 און אַצונד הער דאָס צו, דו װױלטאָגערין,

– װאָס זיצט אין זיכערקײט,

װאָס זאָגט אין איר האַרצן:

איך, און חוץ מיר איז נישטאָ מער.

איך װעל נישט זיצן אַן אַלמנה,

און נישט װיסן פֿון בלײַבן אָן קינדער:

9 אָבער די דאָזיקע בײדע װעלן קומען אױף דיר

אין אַ רגע אין אײן טאָג:

בלײַבן אָן קינדער און אַלמנהשאַפֿט;

אין זײער פֿולער מאָס קומען זײ אױף דיר,

בײַ אַל דײַנע פֿיל כּישופֿן,

בײַ אַל דער גרױס שטאַרקײט פֿון דײַנע שפּרוכן.

10 און ביסט געװען זיכער אין דײַן שלעכטיקײט,

האָסט געזאָגט: קײנער זעט מיך נישט;

דײַן חכמה און דײַן קענשאַפֿט,

זי האָט דיך פֿאַרפֿירט;

און האָסט געזאָגט אין דײַן האַרצן:

איך, און חוץ מיר איז נישטאָ מער.

11 אָבער קומען װעט אױף דיר אַ בײז

װאָס דו װעסט נישט װיסן װי עס אָפּצושפּרעכן,

און אָנפֿאַלן װעט אױף דיר אַ בראָך

װאָס דו װעסט אים נישט קענען אָפּטאָן,

און קומען װעט אױף דיר פּלוצלינג אַ פֿאַרװיסטונג,

אַז דו װעסט גאָרנישט מערקן.

12 שטײ אַקאָרשט אױף מיט דײַנע שפּרוכן,

און מיט דײַנע פֿיל כּישופֿן,

אױף װאָס דו האָסט זיך געמיט פֿון דײַן יוגנט אָן;

אפֿשר װעסטו קענען נוצן,

אפֿשר װעסטו אָנשרעקן.

13 ביסט מיד פֿון דײַנע פֿיל עצות;

זאָלן די הימלקוקער,

די שטערנזעער,

די פֿאַרױסזאָגער פֿון די חדשים,

אַקאָרשט אױפֿשטײן און דיך העלפֿן

פֿון די װאָס װעלן קומען אױף דיר.

14 זע, זײ װערן אַזױ װי שטרױ,

אַ פֿײַער טוט זײ פֿאַרברענען,

זײ װעלן זיך אַלײן נישט מציל זײַן

פֿון דער מאַכט פֿון דער פֿלאַם;

נישט אַ קױל זיך צו װאַרעמען װעט עס זײַן –

אַ פֿײַער צו זיצן פֿאַר אים.

15 אַזױ װערן צו דיר די װאָס דו האָסט זיך געמיט אום זײ;

די װאָס האָבן געהאַנדלט מיט דיר פֿון דײַן יוגנט אָן,

װאַנדערן איטלעכער אין זײַן זײַט,

קײנער העלפֿט דיך נישט.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-18_14-04-22-