1 זינג, דו עקרה, װאָס האָט נישט געבאָרן,
ברעך אױס אין געזאַנג און שרײַ אױס,
דו װאָס האָסט נישט געװײטאָקט;
װאָרעם מער זײַנען די קינדער פֿון דער װיסטער,
װי די קינדער פֿון דער באַמאַנטער, זאָגט ה׳.
2 ברײט אױס דעם אָרט פֿון דײַן געצעלט,
און די אומהאַנגען פֿון דײַנע װױנונגען זאָל מען אױסשטרעקן;
נישט שפּאָר, מאַך לאַנג דײַנע שטריק,
און דײַנע פֿלעקלעך באַפֿעסטיק.
3 װאָרעם רעכטס און לינקס װעסטו זיך שפּרײטן,
און דײַן זאָמען װעט אַרבן די פֿעלקער,
און שטעט פֿאַרװיסטע װעלן זײ באַזעצן.
4 זאָלסט נישט מורא האָבן,
װאָרעם װעסט נישט אין ביוש בלײַבן,
און זאָלסט נישט פֿאַרשעמט זײַן,
װאָרעם װעסט נישט צו שאַנד װערן.
װאָרעם דעם ביוש פֿון דײַן יוגנט װעסטו פֿאַרגעסן,
און די חרפּה פֿון דײַן אַלמנהשאַפֿט װעסטו מער נישט דערמאָנען.
5 װאָרעם דײַן באַשעפֿער איז דײַן מאַן,
ה׳ צבָֿאוֹת איז זײַן נאָמען;
און דײַן אױסלײזער איז דער הײליקער פֿון יִשׂרָאֵל,
אלֹקים פֿון דער גאַנצער ערד װערט ער גערופֿן.
6 װאָרעם װי אַ װײַב פֿאַרלאָזן און פֿאַראומערט אין געמיט
טוט דיך צוריקרופֿן ה׳;
און אַ יוגנטװײַב, קען זי דען נמאס װערן?
זאָגט דײַן ג-ט.
7 אױף אַ קלײן רגע האָב איך דיך פֿאַרלאָזן,
אָבער מיט גרױס דערבאַרעמונג װעל איך דיך אײַנזאַמלען.
8 אין אױסגוס פֿון כּעס
האָב איך אַ רגע פֿאַרבאָרגן מײַן פּנים פֿון דיר,
אָבער מיט אײביקער גענאָד
טו איך דיך דערבאַרעמען,
זאָגט דײַן אױסלײזער, ה׳.
9 װאָרעם דאָס געװיסער פֿון נֹח איז דאָס מיר:
אַזױ װי איך האָב געשװאָרן אַז דאָס געװיסער פֿון נֹח
זאָל מער נישט אַריבערגײן איבער דער ערד,
אַזױ האָב איך געשװאָרן נישט צו צערענען אױף דיר,
און נישט אָנצושרײַען אױף דיר.
10 װאָרעם די בערג מעגן זיך אָפּטאָן,
און די הײכן מעגן זיך װאַקלען,
אָבער מײַן גענאָד װעט זיך פֿון דיר נישט אָפּטאָן,
און מײַן ברית פֿון שלום װעט זיך נישט װאַקלען,
זאָגט דײַן דערבאַרעמער, ה׳.
11 דו אָרימע, פֿון שטורעם געטריבענע, דו נישט געטרײסטע,
זע, איך לײג אױס דײַנע שטײנער אין פֿאַרבן,
און װעל דיך גרונטפֿעסטן מיט סאַפּירשטײנער.
12 און איך װעל מאַכן דײַנע טורעמשפּיצן פֿון רובין,
און דײַנע טױערן פֿון גאַרפֿונקלשטײנער,
און דײַן גאַנצן געמאַרק פֿון גלוסטיקע שטײנער.
13 און אַלע דײַנע קינדער װעלן זײַן געלערנטע פֿון ה׳;
און גרױס װעט זײַן דער שלום פֿון דײַנע קינדער.
14 אױף גערעכטיקײט װעסטו אױפֿגעשטעלט װערן;
זײַ װײַט פֿון דריקונג,
װאָרעם דאַרפֿסט נישט מורא האָבן,
און פֿון אַ בראָך,
װאָרעם ער װעט נישט גענענען צו דיר.
15 זע, זאַמלען מעג מען זיך זאַמלען, אָבער אָן מײַן װילן;
װער עס זאַמלט זיך אױף דיר, װעט פֿאַלן פֿון װעגן דיר.
16 זע, איך האָב באַשאַפֿן דעם מײַנסטער,
װאָס בלאָזט אין דעם קױלפֿײַער,
און ברענגט אַרױס אַ געצײַג פֿאַר זײַן אַרבעט;
און איך האָב באַשאַפֿן דעם פֿאַרװיסטער צו צעשטערן.
17 איטלעך געצײַג װאָס װעט געפֿורעמט װערן
קעגן דיר, װעט נישט געלינגען,
און איטלעך צונג װאָס װעט זיך שטעלן אין משפּט מיט דיר,
װעסטו שולדיק מאַכן.
דאָס איז די אַרב פֿון די קנעכט פֿון ה׳,
און זײער גערעכטער לױן פֿון מיר, זאָגט ה׳.