1 זאָלסט נישט זײַן האַסטיק מיט דײַן מױל, און דײַן האַרץ זאָל זיך נישט אײַלן אַרױסצולאָזן אַ װאָרט פֿאַר אלֹקים, װאָרעם אלֹקים איז אין הימל און דו ביסט אױף דער ערד; דערום זאָלן דײַנע װערטער זײַן װינציק. 2 װאָרעם אַ חלום קומט מיט פֿיל געשילדער, און דער קֹול פֿון אַ נאַרן מיט פֿיל װערטער.
3 אַז דו ביסט מנדר אַ נדר צו אלֹקים, זאָלסטו זיך נישט שפּעטיקן אים צו באַצאָלן, װאָרעם ער האָט נישט ליב נאַרן; װאָס דו ביסט מנדר, באַצאָל. 4 בעסער זאָלסט נישט מנדר זײַן, אײדער זאָלסט מנדר זײַן און נישט באַצאָלן. 5 זאָלסט נישט דערלאָזן דײַן מױל צו פֿאַרזינדיקן דײַן לײַב, און זאָלסט נישט זאָגן פֿאַר דעם שליח פֿון אלֹקים, אַז דאָס איז געװען אַ פֿאַרזע. נאָך װאָס זאָל אלֹקים צערענען אױף דײַן קֹול, און צעשטערן דאָס װערק פֿון דײַנע הענט? 6 װאָרעם פֿון פֿיל חלומות און נאַרישקײטן קומען אַרױס פֿיל צוזאָגן, אָבער האָב מורא פֿאַר אלֹקים.
7 אַז דו זעסט די דריקונג פֿון דעם אָרעמאַן, און די באַרױבונג פֿון רעכט און גערעכטיקײט אין דער מדינה, זאָלסטו זיך נישט װוּנדערן אױף דער זאַך, װאָרעם איבער דעם הױכן גיט אַכטונג אַ העכערער, און נאָך העכערע איבער זײ. 8 און אַ מעלה פֿון אַ לאַנד אין אַלעם, איז אַ מלך איבערגעגעבן צו פֿעלד.
9 דער װאָס האָט ליב געלט קען זיך נישט אָנזעטן מיט געלט, און נישט װער עס האָט ליב רײַכטום – מיטן אײַנקום. דאָס אױך איז נישטיקײט. 10 אַז דאָס גוטס מערט זיך, מערן זיך זײַנע עסערס; און װאָס קומט אַרױס דעם אײגנטימער, אַחוץ דאָס אָנקוקן מיט זײַנע אױגן? 11 זיס איז דער שלאָף פֿון דעם װאָס אַרבעט, סײַ ער עסט װינציק, סײַ פֿיל, אָבער די זעט פֿון דעם עושר לאָזט אים נישט שלאָפֿן.
12 פֿאַראַן אַ פֿאַרדראָסיקער װײטאָג װאָס איך האָב געזען אונטער דער זון: אַן עשירות װאָס װערט געהיט פֿון דעם אײגנטימער אים צום בײזן. 13 און די עשירות װערט פֿאַרלאָרן אין אַ שלעכטן עסק; און אַז ער האָט אַ זון, בלײַבט גאָרנישט אין זײַן האַנט. 14 אַזױ װי ער איז אַרױס פֿון זײַן מוטערלײַב, גײט ער נאַקעט צוריק, אַזױ װי ער איז געקומען, און קײן זאַך נעמט ער נישט מיט פֿאַר זײַן מי, כּדי ער זאָל עס אַװעקטראָגן אין זײַן האַנט. 15 יאָ, דאָס אױך איז אַ פֿאַרדראָסיקער װײטאָג, װאָס גענױ װי ער איז געקומען, אַזױ גײט ער אַװעק; און װאָס קומט אים אַרױס װאָס ער מיט זיך פֿאַרן װינט? 16 דערצו פֿאַרצערט ער אַלע זײַנע טעג אין פֿינצטערניש, און ערגערט זיך אַ סך, און האָט ערגערניש און קרענקעניש און צאָרן.
17 אָט װאָס איך האָב אײַנגעזען: בעסער און שענער װאָלט געװען צו עסן און טרינקען, און האָבן װױלטאָג פֿאַר זײַן גאַנצער מי װאָס ער מיט זיך אונטער דער זון אין די געצײלטע טעג פֿון זײַן לעבן װאָס אלֹקים האָט אים געשאָנקען; װאָרעם דאָס איז זײַן חלק. 18 און איטלעכער מענטש װאָס אלֹקים שענקט אים עשירות און גיטער, און גיט אים שליטה צו עסן דערפֿון, און צו נעמען זײַן חלק, און זיך װױל צו טאָן פֿאַר זײַן מי, איז דאָס אַ מתּנה פֿון אלֹקים. 19 יאָ, ער דאַרף געדענקען אַז די טעג פֿון זײַן לעבן זײַנען נישט פֿיל – װען אלֹקים באַװערט אים נאָך די פֿרײד פֿון זײַן האַרצן.