1 אַ גוטער נאָמען איז בעסער פֿון גוטן אײל;
און דער טאָג פֿון טױט, פֿון דעם טאָג װאָס מע װערט געבאָרן.
2 בעסער צו גײן אין הױז פֿון טרױער,
אײדער צו גײן אין הױז פֿון אַ סעודה;
װײַל דאָס איז דער סוף פֿון יעטװעדער מענטשן,
און דער לעבעדיקער דאַרף זיך נעמען צום האַרצן.
3 בעסער קומער אײדער געלעכטער,
װאָרעם אַז דער פּנים איז טרױעריק, איז בעסער פֿאַרן האַרצן.
4 דאָס האַרץ פֿון די קלוגע איז אין הױז פֿון טרױער,
און דאָס האַרץ פֿון די נאַרן אין הױז פֿון פֿרײד.
5 בעסער צו הערן דעם אָנגעשרײ פֿון אַ קלוגן,
אײדער מע זאָל הערן דאָס לױב-געזאַנג פֿון נאַרן.
6 װאָרעם אַזױ װי דאָס קנאַקן פֿון דערנער אונטערן טאָפּ,
אַזױ איז דאָס געלעכטער פֿון דעם נאַרן.
און דאָס אױך איז נישטיקײט.
7 פֿאַר װאָר, רױב צעדולט דעם חכם,
און שוחד פֿירט איבער דאָס האַרץ.
8 בעסער דער סוף פֿון אַ זאַך אײדער איר אָנהײב;
בעסער אײַנגעהאַלטן אין געמיט, אײדער האָפֿערדיק אין געמיט.
9 זאָלסט נישט זײַן האַסטיק אין דײַן געמיט צו װערן אין כּעס,
װאָרעם כּעס רוט אין בוזעם פֿון די נאַרן.
10 זאָלסט נישט זאָגן: װי איז דאָס, װאָס די פֿריִערדיקע טעג זײַנען געװען בעסער װי די איצטיקע? װאָרעם נישט פֿון חכמה פֿרעגסטו װעגן דעם. 11 גוט איז חכמה מיט אַ נחלה, און אַ מעלה פֿאַר די װאָס זעען די זון. 12 װאָרעם חכמה איז אַ באַשירעמונג, געלט איז אַ באַשירעמונג, אָבער די מעלה פֿון קענשאַפֿט איז, װאָס חכמה האַלט אױף דאָס לעבן פֿון דעם װאָס האָט זי. 13 קוק אָן דאָס װערק פֿון אלֹקים; װאָרעם װער קען אױסגלײַכן װאָס ער האָט געמאַכט קרום?
14 אין טאָג פֿון גליק זײַ גליקלעך, און אין טאָג פֿון אומגליק קוק זיך אַרום – דאָס אױך אַזױ װי יענס האָט אלֹקים געמאַכט – װאָרעם דער מענטש װעט דערנאָך גאָרנישט שפּירן.
15 אַלץ האָב איך געזען אין מײַנע נישטיקע טעג: פֿאַראַן אַ צדיק װאָס גײט אונטער אין זײַן צדיקות, און פֿאַראַן אַ רשע װאָס איז מַאֲריך-ימים אין זײַן שלעכטיקײט. 16 זאָלסט נישט זײַן צו פֿיל צדיק, און זאָלסט זיך נישט קליגן איבריקס; נאָך װאָס זאָלסטו זיך אומברענגען? 17 זאָלסט נישט זײַן צו שלעכט, און זאָלסט נישט זײַן קײן נאַר; נאָך װאָס זאָלסטו שטאַרבן פֿאַר דער צײַט? 18 גוט איז דו זאָלסט זיך האַלטן אָן דעם, און אױך פֿון יענעם נישט אָפּלאָזן דײַן האַנט; װאָרעם דער װאָס האָט מורא פֿאַר אלֹקים, קומט דורך מיט בײדע.
19 די חכמה באַשיצט דעם חכם מער װי צען געװעלטיקער װאָס זײַנען אין שטאָט.
20 אַװדאי נישטאָ אַ מענטש אַ צדיק אױף דער ערד װאָס זאָל טאָן לױטער גוטס, און נישט זינדיקן.
21 זאָלסט אױך נישט לײגן דײַן האַרץ אױף אַלע װערטער װאָס מע רעדט, כּדי זאָלסט נישט הערן װי דײַן קנעכט שילט דיך; 22 װאָרעם דײַן האַרץ װײס אַז פֿיל מאָל האָסט דו אױך געשאָלטן אַנדערע.
23 דאָס אַלץ האָב איך אױסגעפּרוּװט מיט חכמה; איך האָב געזאָגט: איך װעל קלוג װערן; אָבער עס איז געװען װײַט פֿון מיר. 24 דאָס װאָס איז װײַט און טיף-טיף, װער קען עס אױסגעפֿינען?
25 איך האָב מיך אַרומגעדרײט, און מײַן האַרץ איז געװען אױף צו פֿאַרשטײן און צו פֿאָרשן און זוכן חכמה און אַ חֶשבוֹן, און צו דערקענען אַז שלעכטיקײט איז טיפּשות, און נאַרישקײט איז משוגעת. 26 און איך געפֿין אַז ביטערער פֿון טױט איז די פֿרױ, װאָס איר האַרץ איז פּאַסטקעס און נעצן, אירע הענט זײַנען בינדשטריק. דער װאָס איז װױלגעפֿעלן פֿאַר אלֹקים, װערט אַנטרונען פֿון איר, און דער זינדיקער װערט געפֿאַנגען פֿון איר. 27 זע, דאָס האָב איך אױסגעפֿונען, זאָגט קהלת, װען איך האָב צוגעלײגט אײנס צום אַנדערן, כּדי צו געפֿינען דעם חֶשבוֹן. 28 װאָס מײַן זעל זוכט נאָכאַנאַנד, און איך געפֿין נישט: אײן מאַן צװישן טױזנט האָב איך געפֿונען, אָבער אַ פֿרױ צװישן די אַלע האָב איך נישט געפֿונען. 29 זע, דאָס אַלײן האָב איך אױסגעפֿונען, אַז אלֹקים האָט באַשאַפֿן דעם מענטשן גלײַך, אָבער זײ האָבן געזוכט פֿיל אױסטראַכטענישן.