1 און דו מענטשנקינד, נעם דיר אַ ציגל, און זאָלסט אים אַװעקלײגן פֿאַר דיר, און אױסקריצן אױף אים אַ שטאָט – ירושָלַיִם. 2 און זאָלסט מאַכן אױף איר אַ באַלעגערונג, און בױען אַרום איר אַ באַלעגער-מױער, און אָנשיטן אַרום איר אַן ערדװאַל, און שטעל אַקעגן איר מחנות; און טו אַקעגן איר שטורעמבעק רונד אַרום. 3 און דו נעם דיר אַן אײַזערנע פֿאַן, און זאָלסט זי שטעלן װי אַן אײַזערנע װאַנט צװישן דיר און צװישן דער שטאָט; און זאָלסט קערן דײַן פּנים צו איר, און זי זאָל זײַן אין באַלעגערונג, און דו זאָלסט זי באַלעגערן. אַ צײכן איז דאָס פֿאַר דעם הױז פֿון יִשׂרָאֵל.
4 און דו ליג אױף דײַן לינקער זײַט, און זאָלסט אַרױפֿטאָן אױף איר די זינד פֿון דעם הױז פֿון יִשׂרָאֵל; די צאָל טעג װאָס דו װעסט ליגן אױף איר, װעסטו טראָגן זײערע זינד. 5 און איך האָב דיר געמאַכט די יאָרן פֿון זײערע זינד אַקעגן דער צאָל טעג – דרײַ הונדערט און נײַנציק טעג; און װעסט טראָגן די זינד פֿון דעם הױז פֿון יִשׂרָאֵל. 6 און אַז דו װעסט ענדיקן די דאָזיקע, זאָלסטו װידער ליגן אױף דײַן רעכטער זײַט, און טראָגן די זינד פֿון דעם הױז פֿון יהוּדה פֿערציק טעג: אַ טאָג פֿאַר אַ יאָר, אַ טאָג פֿאַר אַ יאָר האָב איך עס דיר געמאַכט. 7 און צו דער באַלעגערונג פֿון ירושָלַיִם, זאָלסטו קערן דײַן פּנים מיט דײַן אָרעם אַנטבלױזט, און זאָלסט נבֿיאות זאָגן אױף איר. 8 און זע, איך טו אַרױף אױף דיר שטריק, און װעסט זיך נישט אומדרײען פֿון אײן זײַט אױף דער אַנדערער, ביז דו ענדיקסט די טעג פֿון דײַן באַלעגערונג.
9 און דו נעם דיר װײץ און גערשטן און בעבלעך און לינדזן און הירזש און טונקלװײץ, און טו זײ אַרײַן אין אײן כּלי, און זאָלסט זײ דיר מאַכן צו ברױט; די צאָל טעג װאָס דו ליגסט אױף דײַן זײַט, דרײַ הונדערט און נײַנציק טעג, זאָלסטו עס עסן. 10 און דײַן עסן װאָס דו װעסט עסן, זאָל זײַן מיט אַ װאָג, צװאַנציק שקל אַ טאָג; פֿון מעת-לעת צו מעת-לעת זאָלסטו עס עסן. 11 און װאַסער מיט אַ מאָס זאָלסטו טרינקען; אַ זעקסטל הין פֿון מעת-לעת צו מעת-לעת זאָלסטו טרינקען. 12 אַזױ װי אַ גערשטענעם קוכן זאָלסטו עס עסן, און אױף קױט פֿון מענטשישער צוֹאֶה זאָלסטו עס באַקן פֿאַר זײערע אױגן. 13 און ה׳ האָט געזאָגט: אַזױ װעלן עסן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל זײער ברױט אומרײן צװישן די פֿעלקער װאָס איך װעל זײ אַהין פֿאַרשטױסן. 14 האָב איך געזאָגט: װײ, ה׳ דו אֲדֹנָי, זע מײַן זעל איז נישט פֿאַראומרײניקט געװאָרן, און געפֿאַלנס און פֿאַרצוקטס האָב איך נישט געגעסן פֿון מײַן יוגנט אָן און ביז אַצונד, און אין מײַן מױל איז נישט געקומען אומװערדיק פֿלײש. 15 האָט ער צו מיר געזאָגט: זע, איך גיב דיר מיסט פֿון רינדער אַנשטאָט קױט פֿון מענטשן, און זאָלסט מאַכן דײַן ברױט דערױף. 16 און ער האָט צו מיר געזאָגט:
מענטשנקינד, זע, איך צעברעך דעם אונטערלען פֿון ברױט אין ירושָלַיִם, און זײ װעלן עסן ברױט מיט אַ װאָג, און מיט זאָרג, און װאַסער מיט אַ מאָס און מיט באַנומעניש װעלן זײ טרינקען. 17 װײַל זײ װעלן געמינערט זײַן ברױט און װאַסער, און זײ װעלן באַנומען װערן אײנער מיטן אַנדערן, און װעלן אײַנגײן פֿאַר זײערע זינד.