1 און דאָס װאָרט פֿון ה׳ איז געװען צו מיר, אַזױ צו זאָגן: 2 מענטשנקינד, טו דײַן פּנים צו באַרג שֵׂעִיר, און זאָגט נבֿיאות אױף אים; 3 און זאָלסט זאָגן צו אים: אַזױ האָט געזאָגט אֲדֹנָי ה׳: זע, איך קום צו דיר, באַרג שֵׂעִיר, און װעל אױסשטרעקן מײַן האַנט אױף דיר, און װעל דיך מאַכן אַ װיסט און װיסטעניש. 4 דײַנע שטעט װעל איך חרובֿ מאַכן, און דו װעסט אַ װיסטעניש זײַן; און װעסט װיסן אַז איך בין ה׳. 5 װײַל בײַ דיר איז געװען אַן אײביקע שׂינאה, און האָסט איבערגעענטפֿערט די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל אין דער מאַכט פֿון שװערד, אין דער צײַט פֿון זײער בראָך, אין דער צײַט פֿון דער לעצטער פֿאַרזינדיקונג, 6 דערום, אַזױ װי איך לעב, זאָגט אֲדֹנָי ה׳, אַז צו בלוט װעל איך דיך מאַכן, און בלוט װעט דיך נאָכיאָגן; פֿאַר װאָר, װײַל דו האָסט נישט פֿײַנט געהאַט דאס בלוט דערום װעט דיך בלוט נאָכיאָגן. 7 און איך װעל מאַכן באַרג שֵׂעִיר פֿאַר אַ װיסט און װיסטעניש, און װעל פֿאַרשנײַדן פֿון אים גײער און קומער. 8 און איך װעל אָנפֿילן זײַנע בערג מיט זײַנע דערשלאָגענע; דײַנע הײכן, און דײַנע טאָלן, און אַלע דײַנע גראָבנס – דערשלאָגענע פֿון שװערד װעלן פֿאַלן אין זײ. 9 אײביקע װיסטענישן װעל איך דיך מאַכן, און דײַנע שטעט װעלן נישט װידערקערן; און איר װעט װיסן אַז איך בין ה׳.
10 װײַל דו האָסט געזאָגט: די בײדע פֿעלקער און די בײדע לענדער װעלן מײַנע װערן, און מיר װעלן זײ יַרשען, הגם ה׳ איז דאָרט געװען, 11 דערום, אַזױ װי איך לעב, זאָגט אֲדֹנָי ה׳, אַז איך װעל טאָן אַזױ װי דײַן צאָרן און װי דײַן קנאה װאָס דו האָסט באַװיזן, פֿון דײַן שׂינאה צו זײ; און איך װעל באַװוּסט װערן צװישן זײ, װען איך װעל דיך משפּטן.
12 און װעסט װיסן אַז איך ה׳ האָב געהערט אַלע דײַנע לעסטערונגען װאָס דו האָסט געזאָגט אױף די בערג פֿון יִשׂרָאֵל, אַזױ צו זאָגן: פֿאַרװיסט זײַנען זײ געװאָרן, אונדז זײַנען זײ געגעבן געװאָרן צו שפּײַז. 13 און איר האָט זיך געגרײסט קעגן מיר מיט אײַער מױל, און האָט געמערט קעגן מיר אײַערע װערטער; איך האָב געהערט. 14 אַזױ האָט געזאָגט אֲדֹנָי ה׳: װען די גאַנצע ערד פֿרײט זיך, װעל איך דיך מאַכן אַ װיסטעניש. 15 אַזױ װי דו האָסט זיך געפֿרײט איבער דער נחלה פֿון דעם הױז פֿון יִשׂרָאֵל, פֿאַר װאָס זי איז װיסט געװאָרן, אַזױ װעל איך טאָן צו דיר; אַ װיסטעניש װעסטו װערן, באַרג שֵׂעִיר, און גאַנץ אֶדוֹם אין גאַנצן; און זײ װעלן װיסן אַז איך בין ה׳.