1 און ער האָט צו מיר געזאָגט: מענטשנקינד, װאָס דו געפֿינסט, עס, עס די דאָזיקע מגילה, און גײ רעד צו דעם הױז פֿון יִשׂרָאֵל. 2 האָב איך אױפֿגעעפֿנט מײַן מױל, און ער האָט מיר געגעבן עסן די דאָזיקע מגילה. 3 און ער האָט צו מיר געזאָגט: מענטשנקינד, דײַן בױך זאָלסטו אָנשפּײַזן, און דײַנע אינגעװײד זאָלסטו אָנפֿילן, מיט דער דאָזיקער מגילה װאָס איך גיב דיר.
און איך האָב געגעסן, און זי איז געװען אין מײַן מױל אַזױ װי האָניק אין זיסקײט.
4 און ער האָט צו מיר געזאָגט: מענטשנקינד, גײ קום צו דעם הױז פֿון יִשׂרָאֵל, און זאָלסט רעדן מיט מײַנע װערטער צו זײ. 5 װאָרעם נישט צו אַ פֿאָלק מיט אַ טונקעלער שפּראַך און אַ שװערער צונג װערסטו געשיקט, נײַערט צו דעם הױז פֿון יִשׂרָאֵל; 6 נישט צו פֿעלקער אַ סך מיט אַ טונקעלער שפּראַך און אַ שװערער צונג, װאָס דו פֿאַרשטײסט נישט זײערע װערטער. פֿאַר װאָר, אַז איך װאָלט דיך צו זײ געשיקט, װאָלטן זײ יאָ צוגעהערט צו דיר. 7 אָבער דאָס הױז פֿון יִשׂרָאֵל װעלן נישט װעלן צוהערן צו דיר, װאָרעם זײ װילן נישט צוהערן צו מיר; װאָרעם דאָס גאַנצע הױז פֿון יִשׂרָאֵל האָבן האַרטע שטערנס און פֿאַרשײַטע הערצער. 8 זע, איך האָב געמאַכט דײַן פּנים האַרט אַקעגן זײער פּנים, און דײַן שטערן האַרט אַקעגן זײער שטערן. 9 װי דימענט האַרטער פֿון פֿעלדז, האָב איך געמאַכט דײַן שטערן; זאָלסט נישט מורא האָבן פֿאַר זײ, און נישט אַנגסטן פֿאַר זײער פּנים; װאָרעם אַ װידערשפּעניק געזינדל זײַנען זײ. 10 און ער האָט צו מיר געזאָגט: מענטשנקינד, אַלע מײַנע װערטער װאָס איך װעל רעדן צו דיר, נעם אַרײַן אין דײַן האַרצן, און מיט דײַנע אױערן הער. 11 און גײ קום צו די פֿאַרטריבענע, צו די קינדער פֿון דײַן פֿאָלק, און זאָלסט רעדן צו זײ, און זאָגן צו זײ: אַזױ האָט געזאָגט אֲדֹנָי ה׳; סײַ זײ װעלן הערן, און סײַ זײ װעלן פֿאַרמײַדן.
12 און דער גײַסט האָט מיך אױפֿגעהױבן, און איך האָב געהערט הינטער מיר אַ גערױש פֿון אַ גרױס רעש: געלױבט איז די פּראַכט פֿון ה׳ אין זײַן אָרט; 13 און דאָס גערױש פֿון די פֿליגלען פֿון די חיות זיך אָנרירנדיק אײנער אָן אַנדערן, און דאָס גערױש פֿון די רעדער באַגלײַך מיט זײ – אַ גערױש פֿון אַ גרױס רעש. 14 און דער רוּחַ האָט מיך אױפֿגעהױבן, און האָט מיך אַװעקגענומען; און איך בין געגאַנגען אַ פֿאַרביטערטער אין מײַן הײס גײַסט, און די האַנט פֿון ה׳ איז געװען שטאַרק אױף מיר. 15 און איך בין געקומען צו די פֿאַרטריבענע קײן תל-אָבֿיבֿ, װאָס זײַנען געזעסן בײַם טײַך כּבֿר, און איך בין געזעסן װוּ זײ זײַנען געזעסן; און איך בין דאָרטן געזעסן זיבן טעג אַ באַנומענער צװישן זײ.
16 און עס איז געװען צום סוף פֿון זיבן טעג, איז געװען דאָס װאָרט פֿון ה׳ צו מיר, אַזױ צו זאָגן: 17 מענטשנקינד, אַ װעכטער האָב איך דיך געמאַכט פֿאַר דעם הױז פֿון יִשׂרָאֵל, און אַז דו װעסט הערן פֿון מײַן מױל אַ װאָרט, זאָלסטו זײ װאָרענען פֿון מיר. 18 אַז איך זאָג צו דעם שלעכטן: שטאַרבן מוזטו שטאַרבן; און דו האָסט אים נישט געװאָרנט, און נישט גערעדט צו װאָרענען דעם שלעכטן פֿון זײַן שלעכטן װעג, כּדי ער זאָל לעבן, װעט ער, דער שלעכטער, שטאַרבן פֿאַר זײַן זינד, און זײַן בלוט װעל איך מאָנען פֿון דײַן האַנט. 19 אָבער אױב דו האָסט געװאָרנט דעם שלעכטן, און ער האָט זיך נישט אומגעקערט פֿון זײַן שלעכטיקײט, און פֿון זײַן שלעכטן װעג, װעט ער שטאַרבן פֿאַר זײַן זינד, און דו האָסט מציל געװען דײַן נפֿש. 20 און אַז דער גערעכטער קערט זיך אָפּ פֿון זײַן גערעכטיקײט, און ער טוט אומרעכט, װעל איך לײגן אַ שטרױכלונג פֿאַר אים; ער װעט שטאַרבן. װײַל דו האָסט אים נישט געװאָרנט, װעט ער שטאַרבן פֿאַר זײַן חטא, און זײַנע גערעכטיקײטן װאָס ער האָט געטאָן, װעלן נישט דערמאָנט װערן, און זײַן בלוט װעל איך מאָנען פֿון דײַן האַנט. 21 אָבער אױב דו האָסט אים געװאָרנט, דעם גערעכטן, אַז דער גערעכטער זאָל נישט זינדיקן, און ער האָט נישט געזינדיקט, װעט ער בלײַבן לעבן, װײַל ער האָט זיך געלאָזט װאָרענען, און דו האָסט מציל געװען דײַן נפֿש.
22 און די האַנט פֿון ה׳ איז דאָרטן געװען אױף מיר, און ער האָט צו מיר געזאָגט: שטײ אױף, גײ אַרױס צום טאָל, און דאָרטן װעל איך רעדן מיט דיר. 23 בין איך אױפֿגעשטאַנען, און בין אַרױסגעגאַנגען צום טאָל, ערשט די פּראַכט פֿון ה׳ שטײט דאָרטן, אַזױ װי די פּראַכט װאָס איך האָב געזען בײַם טײַך כּבֿר; און איך בין געפֿאַלן אױף מײַן פּנים. 24 און דער גײַסט איז אַרײַן אין מיר, און האָט מיך אױפֿגעשטעלט אױף מײַנע פֿיס; און ער האָט מיט מיר גערעדט, און האָט צו מיר געזאָגט: קום פֿאַרשליס זיך אין דײַן הױז. 25 און דו מענטשנקינד, זע, מע טוט אַרױף אױף דיר שטריק, און מע װעט דיך בינדן דערמיט, און װעסט נישט אַרױסגײן צװישן זײ. 26 און דײַן צונג װעל איך באַהעפֿטן אָן דײַן גומען, כּדי זאָלסט שטום זײַן, און זאָלסט זײ נישט זײַן אַ בַעַל-מוכיח; װאָרעם אַ װידערשפּעניק געזינדל זײַנען זײ. 27 ערשט װען איך רעד מיט דיר, װעל איך עפֿענען דײַן מױל; און זאָלסט זאָגן צו זײ: אַזױ האָט געזאָגט אֲדֹנָי ה׳: דער װאָס װיל הערן, זאָל הערן, און דער װאָס װיל פֿאַרװאַרפֿן, זאָל פֿאַרמײַדן; װאָרעם אַ װידערשפּעניק געזינדל זײַנען זײ.