Publicidade

Ezequiel 18

1 און דאָס װאָרט פֿון ה׳ איז געװען צו מיר, אַזױ צו זאָגן: 2 װאָס איז מיט אײַך װאָס איר זאָגט דאָס דאָזיקע װערטל אין לאַנד פֿון יִשׂרָאֵל, אַזױ צו זאָגן, די פֿאָטערס האָבן געגעסן זױערע װײַנטרױבן און די צײן פֿון די קינדער זײַנען הײַליק? 3 אַזױ װי איך לעב, זאָגט אֲדֹנָי ה׳, אױב מע װעט מער בײַ אײַך זאָגן דאָס דאָזיקע װערטל אין יִשׂרָאֵל! 4 זעט, אַלע נפֿשות זײַנען מײַנע; דער נפֿש פֿון דעם פֿאָטער אַזױ װי דער נפֿש פֿון דעם זון איז מײַנער; דער נפֿש װאָס זינדיקט, ער זאָל שטאַרבן.

5 און אַז אַ מאַן איז אַ צדיק, און ער טוט רעכט און גערעכטיקײט; 6 אױף די בערג האָט ער נישט געגעסן, און זײַנע אױגן האָט ער נישט אױפֿגעהױבן צו די אָפּגעטער פֿון דעם הױז פֿון יִשׂרָאֵל, און די װײַב פֿון זײַן חבֿר האָט ער נישט פֿאַראומרײניקט, און צו אַ פֿרױ אין איר אומרײנקײט גענענט ער נישט; 7 און קײן מענטשן קריװדעט ער נישט, פֿאַרמשכּונטס בײַ אים פֿאַר אַ חובֿ קערט ער אום, גזלה גזלט ער נישט; זײַן ברױט גיט ער דעם הונגעריקן, און דעם נאַקעטן דעקט ער צו מיט אַ בגד; 8 אױף צינדזן גיט ער נישט, און מערונג נעמט ער נישט, פֿון אומרעכט קערט ער אָפּ זײַן האַנט; אמתע גערעכטיקײט טוט ער צװישן מאַן און מאַן; 9 אין מײַנע חוקים גײט ער, און מײַנע געזעצן האָט ער געהיט, צו טאָן דעם אמת – ער איז אַ צדיק; לעבן װעט ער לעבן, זאָגט אֲדֹנָי ה׳.

10 אָבער אַז ער האָט געבאָרן אַ זון אַ רױבער, אַ בלוטפֿאַרגיסער, װאָס טוט דעם ברודער אײנס פֿון די דאָזיקע, 11 הגם ער אַלײן האָט אַלע די דאָזיקע נישט געטאָן; װאָרעם דער האָט יאָ געגעסן אױף די בערג, און די װײַב פֿון זײַן חבֿר האָט ער פֿאַראומרײניקט; 12 דעם אָרעמאַן און דעם אבֿיון האָט ער געקריװדעט, גזלות האָט ער געגזלט, אַ משכּון קערט ער נישט אום, און צו די אָפּגעטער האָט ער אױפֿגעהױבן זײַנע אױגן; אומװערדיקײט האָט ער געטאָן, 13 אױף צינדזן האָט ער געגעבן, און מערונג האָט ער גענומען – זאָל ער בלײַבן לעבן? ער װעט נישט לעבן; אַלע די דאָזיקע אומװערדיקײטן האָט ער געטאָן, מוז ער טײטן געטײט װערן, זײַן בלוט זאָל זײַן אױף אים.

14 און אָט האָט ער געבאָרן אַ זון װאָס האָט צוגעזען אַלע זינד פֿון זײַן פֿאָטער װאָס ער האָט געטאָן, און ער האָט אײַנגעזען, און ער טוט נישט אַזױנס; 15 אױף די בערג האָט ער נישט געגעסן, און זײַנע אױגן האָט ער נישט אױפֿגעהױבן צו די אָפּגעטער פֿון דעם הױז פֿון יִשׂרָאֵל; די װײַב פֿון זײַן חבֿר האָט ער נישט פֿאַראומרײניקט, 16 און קײן מענטשן האָט ער נישט געקריװדעט; אַ משכּון האָט ער נישט גענומען, און גזלה האָט ער נישט געגזלט; זײַן ברױט האָט ער געגעבן דעם הונגעריקן, און דעם נאַקעטן האָט ער צוגעדעקט מיט אַ בגד; 17 פֿון אָרעמאַן האָט ער אָפּגעהאַלטן זײַן האַנט, צינדזן און מערונג האָט ער נישט גענומען, מײַנע געזעצן האָט ער געטאָן, אין מײַנע חוקים איז ער געגאַנגען – ער װעט נישט שטאַרבן פֿאַר די זינד פֿון זײַן פֿאָטער; לעבן װעט ער לעבן. 18 זײַן פֿאָטער, װײַל דריקן האָט ער געדריקט, גזלה פֿון ברודער האָט ער געגזלט, און װאָס נישט גוט האָט ער געטאָן צװישן זײַן פֿאָלק, איז, אָט איז ער געשטאָרבן פֿאַר זײַן זינד.

19 און איר זאָגט: פֿאַר װאָס לײַדט נישט דער זון פֿאַר דער זינד פֿון דעם פֿאָטער? אָבער דער זון האָט געטאָן רעכט און גערעכטיקײט, אַלע מײַנע געזעצן האָט ער געהיט און זײ געטאָן; לעבן דאַרף ער לעבן. 20 דער נפֿש װאָס זינדיקט, ער זאָל שטאַרבן; אַ זון זאָל נישט לײַדן פֿאַר דער זינד פֿון דעם פֿאָטער, און אַ פֿאָטער זאָל נישט לײַדן פֿאַר דער זינד פֿון דעם זון; די גערעכטיקײט פֿון דעם גערעכטן זאָל זײַן אױף אים, און די שלעכטיקײט פֿון דעם שלעכטן זאָל זײַן אױף אים.

21 און דער שלעכטער, אַז ער קערט זיך אָפּ פֿון אַלע זײַנע זינד װאָס ער האָט געטאָן, און ער היט אַלע מײַנע געזעצן, און טוט רעכט און גערעכטיקײט, װעט ער געװיס לעבן; ער װעט נישט שטאַרבן. 22 אַלע זײַנע פֿאַרברעכן װאָס ער האָט געטאָן, װעלן אים נישט דערמאָנט װערן; פֿאַר זײַן גערעכטיקײט װאָס ער האָט געטאָן, װעט ער לעבן. 23 טו איך דען באַגערן דעם טױט פֿון דעם שלעכטן? זאָגט אֲדֹנָי ה׳, און נישט אַז ער זאָל זיך אומקערן פֿון זײַנע װעגן, און לעבן? 24 און אַז דער גערעכטער קערט זיך אָפּ פֿון זײַן גערעכטיקײט, און טוט אומרעכט – אַזױ װי אַלע אומװערדיקײטן װאָס דער שלעכטער האָט געטאָן טוט ער, זאָל ער דען בלײַבן לעבן? אַלע זײַנע גערעכטיקײטן װאָס ער האָט געטאָן, װעלן נישט דערמאָנט װערן; פֿאַר זײַן פֿעלשונג װאָס ער האָט געפֿעלשט, און פֿאַר זײַן זינד װאָס ער האָט געזינדיקט, פֿאַר זײ מוז ער שטאַרבן.

25 און איר זאָגט: נישט ריכטיק איז דער װעג פֿון אֲדֹנָי. הערט אַקאָרשט, איר הױז פֿון יִשׂרָאֵל, איז דען מײַן װעג נישט ריכטיק? פֿאַר װאָר, אײַערע װעגן זײַנען נישט ריכטיק. 26 אַז דער גערעכטער קערט זיך אָפּ פֿון זײַנע גערעכטיקײט, און טוט אומרעכט, מוז ער דערפֿאַר שטאַרבן; פֿאַר זײַן אומרעכט װאָס ער האָט געטאָן, מוז ער שטאַרבן. 27 און אַז דער שלעכטער קערט זיך אָפּ פֿון זײַן שלעכטיקײט װאָס ער האָט געטאָן, און טוט רעכט און גערעכטיקײט, ראַטעװעט ער זײַן נפֿש. 28 װײַל ער האָט זיך אַרומגעזען, און האָט זיך אומגעקערט פֿון אַלע זײַנע פֿאַרברעכן װאָס ער האָט געטאָן, װעט ער געװיס לעבן; ער װעט נישט שטאַרבן. 29 און דאָס הױז פֿון יִשׂרָאֵל זאָגט: נישט ריכטיק איז דער װעג פֿון אֲדֹנָי. זײַנען דען מײַנע װעגן נישט ריכטיק, הױז פֿון יִשׂרָאֵל? פֿאַר װאָר, אײַערע װעגן זײַנען נישט ריכטיק.

30 דערום װעל איך איטלעכן לױט זײַנע װעגן אײַך משפּטן, הױז פֿון יִשׂרָאֵל, זאָגט אֲדֹנָי ה׳. קערט צוריק און קערט אײַך אום פֿון אַלע אײַערע פֿאַרברעכן, און זאָל עס אײַך נישט זײַן פֿאַר אַ שטרױכלונג צו זינד. 31 װאַרפֿט אַראָפּ פֿון אײַך אַלע אײַערע פֿאַרברעכן װאָס איר האָט פֿאַרבראָכן מיט זײ, און מאַכט אײַך אַ נײַ האַרץ, און אַ נײַ גײַסט; נאָך װאָס זאָלט איר שטאַרבן, הױז פֿון יִשׂרָאֵל? 32 װאָרעם איך באַגער נישט דעם טױט פֿון דעם װאָס שטאַרבט, זאָגט אֲדֹנָי ה׳; דערום קערט אײַך אום, און בלײַבט לעבן.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-19_11-20-24-